בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#18 - אפילו דער צדיק אליינס קריגט אויף אים, גייט ער נישט אוועק פונעם צדיק
התחזקות, צדיקים, רבינו ז"ל, מניעות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תולדות, ראש חודש כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אזוי גייט דעם רבי'נס זאך, עס קומט מיט אסאך מניעות. דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שיח): "לִכְנֹס אֶצְלִי וּלְהִתְקָרֵב אֵלַי הוּא דָּבָר קָשֶׁה מְאֹד", אריינקומען צו מיר און צו ווערן מקורב צו מיר איז זייער א שווערע זאך, "וַאֲפִלּוּ בָּנַי עַצְמָם", און אפילו מיינע אייגענע קינדער, "וְכִי יֵשׁ יוֹתֵר מְקֹרָב מִבָּנִים", ווער איז דען נענטער צום מענטש ווי די אייגענע קינדער? "אֲפִלּוּ הֵם כָּל אֵימַת שֶׁרוֹצִים לִכְנֹס אֶצְלִי", אפילו זיי ווען זיי ווילן אריינקומען צו מיר - "יֵשׁ עַל זֶה כַּמָּה בִּלְבּוּלִים וּמַחֲשָׁבוֹת הַטּוֹרְדוֹת וְכַיּוֹצֵא", איז דא אסאך בלבולים מיט חלישות הדעת.


ווער נישט צעבראכן אז עס גייט דיר נישט וכו', דעם רבינ'ס זאך גייט מיט מניעות. דער רבי זאגט (שם): "וְהָעִקָּר בִּשְׁעַת הַהַתְחָלָה", ביים אנהויב איז די מערסטע שווער, "וְכָל זְמַן שֶׁנִּקְרָא הַתְחָלָה אָז הוּא קָשֶׁה מְאֹד לְהִתְקָרֵב", און ווי לאנג מען האלט ביים אנהויב איז זייער שווער, "וְגַם אַחַר כָּךְ נַעֲשֶׂה מַה שֶּׁנַּעֲשֶׂה", נאכדעם איז אויך שווער, עס גייט איבער וואס גייט איבער, "אַךְ בַּהַתְחָלָה כָּל זְמַן שֶׁנִּקְרָא הַתְחָלָה הוּא דָּבָר נִמְנָע וְקָשֶׁה וְכָבֵד מְאֹד לִכְנֹס וּלְהִתְקָרֵב", אבער אין אנהויב איז שווער אנצוקומען צום רבי'ן; אזוי גייט אריבער אויף יעדן פרישער מקורב, בלבולים מיט חלישות הדעת וכו' וכו'.


ווען רבי יודל זכרונו לברכה איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן האט מען אים געזאגט אז דער רבי איז ברוגז אויף אים, רבי יודל האט נישט געוואוסט אז דאס קומט פונעם יצר הרע וואס טוט אלע פעולות צו מרחק זיין דעם מענטש פונעם צדיק, האט ער מורא געהאט אריין צו גיין צום רבי'ן. נאך דריי טעג האט ער זיך שוין נישט געקענט איינהאלטן פון זען דעם רבי'ן, האט ער געטראכט צו זיך: 'זאל זיין וואס זאל זיין, איך מוז אריינגיין צום רבי'ן', דער רבי האט פארשטאנען ברוח קדשו די נסיונות וואס רבי יודל גייט אריבער, און גלייך ווען רבי יודל איז אריינגעקומען צום רבי'ן האט אים דער רבי געזאגט: "ווען א מענטש וויל מקורב ווערן צום אמת דעמאלט איז זיך דער שקר מתגבר אויפן מענטש, און אז דער מענטש שטארקט זיך אויפן שקר, ער צעברעכט דעם שקר ווערט פון 'שקר' 'קשר'", און דער רבי האט אויסגעפירט: "דו וועסט שוין בלייבן מקושר צו מיר דיין גאנצע לעבן".


זעט מען פון דעם ווי דער יצר הרע פארלייגט זיך אויף יעדן איינעם באזונדער אים מבלבל צו זיין מיט כל מיני בלבולים און כל מיני מחשבות זרות, אים מחליש דעת זיין ער זאל אפלאזן דעם רבי'ן, דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל מאכן פון שק"ר א קש"ר של קיימא נישט אפצולאזן דעם הייליגן רבי'ן. אפילו דער רבי אליינס איז מרחק זאל מען בלייבן שטארק ביים רבי'ן; דער רבי זאגט אויפן פסוק (דניאל א, ד): "וַאֲשֶׁר כֹּחַ בָּהֶם לַעֲמֹד בְּהֵיכַל הַמֶּלֶךְ", דאס הייסט אז אפילו דער צדיק אליינס קריגט אויף אים, דאך גייט ער נישט אוועק פונעם צדיק (שיחות הר"ן, סימן קה).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#17 - א הערליכע יום טוב סוכות
תפילה והתבודדות, תודה והודאה, אמונה, התחזקות, מוסדות, שטעטל, שלום, פרנסה, טעלעפאן, ישיבה, מאגאזינען, מחשבות, חדר, שמירת עינים, רבינו ז"ל, יום טוב, סוכות, עצות, ארץ ישראל, מעביר סדרה, גבאי, אחדות, שמחת תורה, מלחמה, ברית, אתרוג, בלעטל, הושענא רבה, כוונת הנענועים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי קרית ברסלב


מיר האבן געהאט א הערליכער יום טוב, אנגעהויבן פון די ערשטע טאג סוכות ביז מוצאי שמחת תורה - איז געווען הערליך שיין. מיר האבן זוכה געווען צו טון די מצוה פון סוכה, די מצוה פון די ד' מינים, דער מנהג פון הושענות, פון הקפות; אזעלכע הייליגע מצוות, און מיטן הייליגן רבינ'ס הקדמות איז דאס ממש א מחי'.


איך הער זאגן אז ביי ענק אין שטעטל קרית ברסלב איז אויך געווען הערליך שיין, איך האב באקומען הערליכע גריסן, סיי פון פרעמדע און סיי פון אנשי שלומינו פון די דאווענען ביי ענק, פון הושענא רבה און הקפות. איך בין דיר זייער דאנקבאר פארן בלייבן אין שטעטל, זען עס זאל זיין שיינע דאווענען און פרייליכע הקפות, איך וועל דיר אביסל שרייבן פון סוכות אין ישיבה ומתיבתא היכל הקודש.


ערב סוכות האט ביי אונז זייער שטארק גערעגנט, איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי און געזען מיין סוכה אנגעפילט מיט וואסער, אזוינס האב איך נאכנישט געזען, איך האב שוין מיין סוכה איבער צוואנציג יאר אין וויליאמסבורג, די סוכה איז געווען אנגעפילט מיט זייער אסאך וואסער. איך האב זייער שטארק געבעטן דעם אייבערשטן, אפילו מיט טרערן - עס זאל אויפהערן רעגענען, ווייל עס האט אויסגעזען אז מען וועט נישט קענען עסן אין די סוכה, און א מעשה פון תפילה, עס האט אויפגעהערט רעגענען און מיר האבן געקענט עסן אלע טעג אין די סוכה אן דארפן בכלל צומאכן די שלאק; קענסט אריין שטעלן די 'מעשה פון תפילה' אין שטעטל בלעטל.


אגב, די שטעטל בלעטל ווערט שענער און שענער. מען קען שוין היינט נישט ליינען קיין אנדערע מאגעזינען, וואו מען מאלט וואסער, מען רעדט און מען רעדט און מען קומט נישט צום ווארט; מען רעדט נישט פון אייבערשטן, מען רעדט נישט פון תפילה - איז וואס איז אינטערעסאנט די גאנצע ארטיקל... אבער די בלעטל - די צייטונג - וואס דו געבסט ארויס, איז יעדע ווארט 'אייבערשטער', עס איז אזוי שיין, אזוי ערליך, אזוי ריין.


נאר דער וואס רעדט צום אייבערשטן קען ליינען אונזער בלעטל, אז נישט - ווערט מען נערוועז פון נאכאמאל אייבערשטער און נאכאמאל אייבערשטער, אזוי איז מיט אלע דיבורים וואס מען רעדט אין היכל הקודש. קענסט אמאל הערן, מענטשן פרעגן, "ווי אזוי קענסטו לערנען אשר בנחל, עס שטייט דאך אין יעדע בריוו די זעלבע זאך 'רעד צום אייבערשטן', 'זאג משניות', 'רעד שיין צו דיין ווייב', ווי אזוי קען מען דאס ליינען זיבעציג טויזנט מאל?!' דער ענטפער איז, ווען מען איז ווייט פון די עבודות, מען לעבט נישט מיט התבודדות, מען לערנט נישט און מען שעצט נישט די ווייב - קען מען טאקע נערוועז ווערן פון דאס הערן נאכאמאל און נאכאמאל, אבער אז מען גייט מיט די עצות פון רבי'ן - דעמאלט שלינגט מען יעדע בריוו אזוי ווי פיש וואס קומען ארויף שלינגען נאך א טראפ רעגן וואסער.


אזוי אויך די דרשות אין ישיבה; נאר אז מען לעבט מיט דעם - איז דאס אינטערעסאנט, איינמאל מען לאזט אפ די הייליגע עבודות - קען מען שוין נישט הערן די דיבורים, מען ווערט שרעקליך נערוועז.


די ערשטע נאכט האבן מיר זיך אהיים געיאגט, מיר האבן נישט געוואוסט אויב עס גייט נאך רעגענען, מיר האבן געוואלט אריינכאפן צו עסן די כזית אין די סוכה, קענען מאכן א ברכה לישב בסוכה.


אויפן וועג אהיים בין איך געגאנגען זאגן גוט יום טוב פאר מיין ווייב תחי', זי איז געווען די ערשטע טעג ביי אירע עלטערן זיך אביסל אפרוען, איך בין איר געגאנגען באגריסן און זאגן גוט יום טוב. זי איז אליינס אהיים געקומען פון שפיטאל, איך בין נישט געפארן איר אהיים ברענגען, צוליב די שווערע רעגענס, מען האט נישט געוואוסט וואס גייט זיין, ווי לאנג די וועג וועט נעמען.


איך האב געגעבן א נאמען פאר מיין טאכטער די ערשטע טאג סוכות, ויקרא שמה בישראל, מלכה, נאך מיין שווערס מאמע עליה השלום, וואס זי הייסט נאך די בעלזא רעבעצין – מלכה. איר טאטע ר' משה שנעק עליו השלום איז געווען א בעלזער חסיד, און האט איר א נאמען געגעבן נאך די גרויסע צדיקת, די רעבעצין פון הייליגן שר שלום זכותו יגן עלינו. מיין שווער הרב ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א האט געדאווענט מיט אונז און געזאגט דעם "מי שברך", געגעבן די נאמען.


נאכן דאווענען איז געווען א קידוש אין די סוכה אנטקעגן איבער די ישיבה, עס איז געווען א קליינער עולם די ערשטע טעג אין ישיבה, ממש א מנין.


צוישן מנחה מעריב האבן מיר געלערנט ספר מקור השמחה אות סוכות, עס איז געווען הערליכע דיבורים. מוהרא"ש זאגט, דיקא נאך יום כיפור, נאכן מוחל זיין אלע עבירות - דעמאלט קומט יום טוב סוכות, דעמאלט קען מען זיין פרייליך, מען הויבט אן צוריק שפירן ווי 'דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר'. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ג:): "בִּתְחִלָּה קוֹדֶם שֶׁחָטְאוּ יִשְׂרָאֵל, הָיְתָה הַשְּׁכִינָה שׁוֹרָה עִם כָּל אֶחָד וְאֶחָד", פאר מען האט געזינדיגט האט די שכינה גערוט ביי יעדן איינעם, "כֵּיוָן שֶׁחָטְאוּ נִסְתַּלְּקָה שְׁכִינָה מֵהֶם", נאכן זינדיגן איז די שכינה אוועק געגאנגען; און אז מען טוט תשובה קומט צוריק די שכינה, מען הויבט אן צוריק שפירן ווי 'דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר, ער הערט אויס וואס איך רעד צו אים און ער האט מיך זייער ליב'; דאס איז וואס מיר זענען זוכה יום טוב סוכות, נאך יום הקדוש וואס מיר האבן אלע זוכה געווען צו תשובה שלימה - זענען מיר יעצט אונטער די שאטן פון באשעפער.


איך האב נישט געדאווענט פארן עמוד די גאנצע ערשטע טעג, די בעלי תפילה זענען געווען האברך מרדכי ישראל משה נרו יאיר און האברך שלמה נרו יאיר. אויך איז געווען ממש א קליינער עולם, א מנין מצומצם, עס האט מיך דערמאנט דאס אנהויב פון די מנין אין וויליאמסבורג, ווי עס איז געווען קוים מנין, אבער די ליבשאפט, די אחדות - איז געווען זייער שטארק. איך האף אז אין שטעטל וועט זיין ליבשאפט, נאר פון דעם זאלסטו רעדן און נאר אויף דעם זאלסטו לייגן א געוויכט, און דאס בעט איך פון אלע גבאים היכל הקודש, פארלייגט זיך אויף שלום און ליבשאפט, דאס זאל זיין העכער אלעס. דער בריוו שרייב איך דיר אבער דאס איז פאר אלעמען, קענסט דאס אויפהענגען ביי אייך אין שול און אויך דאס ווייזן פאר אלע גבאים. איך שרייב דיר דאס ווייל איך האב הנאה אז דו בלייבסט ימים טובים אין שטעטל, דו ביסט דא צו בויען און העלפן די שטעטל.


אויפן וועג אהיים פון שול בין איך ארויף צו מיין שווער זאגן א גוט יום טוב. איך האב געהאט ביי אלע סעודות געסט בחורים, מען האט געזינגען און גערעדט שיינע דיבורים, אפשר וועסטו קענען עפעס באקומען פון זיי, אפשר וועסטו קענען צוריק באשרייבן אינעם בלעטל שיינע שמועסן ביי די שבת סעודות. עס איז א שאד אז די וואס האלטן מיט די שיינע שמועסן - געבן דאס נישט איבער פאר אנדערע, זיי האלטן דאס פאר זיך; אלע וואלטן זיך געקענט מחי' זיין.


דעם צווייטן טאג סוכות האבן מיר זוכה געווען צו שאקלען די ד' מינים. מיט די כוונת ווי מוהרא"ש לערנט אונז - איז די נענועים גאר אנדערש; רעכטס - בעט מען 'הייליגער באשעפער, ווען אלעס גייט רעכטס זאל איך געדענקען אז דאס ביסטו', לינקס - בעט מען 'רבונו של עולם, ווען עס גייט מיר לינקס, נישט ווי איך וויל - זאל איך געדענקען אז דאס ביסטו, איך זאל דאס אננעמען באהבה', פאראויס – 'ווען אלעס גייט כסדר, זאל איך וויסן אז דאס ביסטו, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר, איך זאל זיך נישט איינרעדן אין כוחי ועוצם ידי', אויבן – 'ווען איך בין א הימל מענטש, איך לערן און דאווען און איך טו מצוות זאל איך געדענקען פון דיר, דאס זאל זיין מיט דיר', מען קען לערנען און דאווענען און גארנישט האבן מיטן אייבערשטן, אלעס איז שלא לשמה; אינטן – 'ווען איך פאל אראפ, בקטנות המוחין - זאל איך זיין מיט דיר, איך זאל נישט פארגעסן אז אין שאול תחתית ביסטו אויך מיט מיר', מעריב – 'פארקערט, שלא כסדר - זאל איך געדענקען אז דו ביסט מיט מיר'.


מיין ליבער ברודער, יעדע יאר ווען איך שאקל מיט די כוונת מוהרא"ש רינט מיר טרערן פון מיינע אויגן, מיין הארץ ווערט מיר אזוי צעגאסן; וואס זאל איך דיר זאגן? איך זאג די זעלבע ווערטער וואס די חברים האבן געזאגט פארן הייליגן רבי שמעון בר יוחאי, אין זוהר הקדוש געפינען מיר יעדע מאל רבי שמעון האט אנטפלעקט נאך ליכטיגקייט האבן די חברים זיך אנגערופן: "וואלטן מיר נישט באשאפן געווארן נאר צו הערן די זאך פון אונזער רבי, דער הייליגער ליכט, רבי שמעון - איז אונז שוין ווערד", איך זאג דיר אויך: "וואלטן מיר נישט זוכה געווען מקורב ווערן צום רבי'ן נאר צו הערן ווי אזוי מען שאקלט לולב און ווי צו זיצן אין די סוכה - איז אלעס ווערד".


מוצאי יום טוב האב איך פארגעלערנט גמרא, מיר האבן זיך זייער געשטארקט מיט די מתנה - דער סדר דרך הלימוד וואס מיר האבן באקומען פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), און ווען עס קומט שמחת תורה, מען טאנצט מיט די תורה - איז מען אזוי פרייליך, מען האט מיט וואס זיך צו פרייען, מען פרייט זיך מיט די תורה; מיט חומש, מיט משניות, גמרא, ועוד.


דער ערשטער טאג חול המועד איז געווען זייער שיין, מען האט געדאווענט אין ישיבה, איך האב פארגעזאגט די הושענות. די נוסח פון הושענא נא - ווי מען בעט נאכאמאל און נאכאמאל דעם אייבערשטן: "העלף מיר, העלף מיר" - איז זייער מעורר. ביים רבי'ן איז געווען אזעלכע בכיות, מען פלעגט זען ארום די בימה איז געווען נאס, דער רבי פלעגט אזוי שטארק וויינען ביי די הושענות, און פון זיינע טרערן איז געווארן נאס ארום די בימה.


מיר האבן געהאט א גרויסער גאסט אין ישיבה, אליהו הנביא; עס איז געווען א ברית, משה אהרן נרו יאיר האט געמאכט א ברית פאר זיין קינד. מען האט מיך מכבד געווען מיט סנדקאות, איך האב אסאך געבעטן דעם אייבערשטן פאר מיר און פאר דיר און פאר אלעמען.


נאכן דאווענען איז געווען די סעודת ברית אין די סוכה, איך האב גערעדט אפאר ווערטער. אויך בערל לעווי, דער גבאי פון בית המדרש היכל הקודש בלומינגראוו האט געזאגט אפאר ווערטער, ער האט געזאגט ער האט געלערנט תיקונים און ער איז ממש אויפגעשפרינגען צו טרעפן די ווערטער (תיקון סח): "גַּן עֵדֶן", וואס איז גן עדן? "מָצָא אִשָּׁה מָצָא טוֹב", א וואוילע ווייב, אזוי ווי עס שטייט (משלי יח, כב) אז מען האט חתונה איז גוט. "גֵּיהִנָּם", און וואס איז דער גיהנום? "וּמוֹצֶא אֲנִי מַר מִמָּוֶת אֶת הָאִשָּׁה", א שלעכטע ווייב, אזוי ווי עס שטייט (קהלת ז, כו) איין זאך איז ערגער פון טויט, א שלעכטע ווייב, "וְתַרְוַיְיהוּ בְּלִבָּא", און ביידע איז אינעם הארץ פונעם מענטש, א שלעכטע ווייב א גוטע ווייב - דאס איז אין הארץ פונעם מאן, "לֵב חָכָם לִימִינוֹ", א קלוגער ציט זיין הארץ צו רעכטס, ער טראכט 'עס איז מיר גוט, איך האב גוט חתונה געהאט, קיינער האט נישט בעסער פון מיר', און ווען עס גייט איבער אין שטוב, די ווייב שרייט, טראכט ער 'עס קומט מיר און עס איז נישט עק וועלט', (שם י, ב) "וְלֵב כְּסִיל לִשְׂמֹאלוֹ", און דער נאר ציט זיך צו לינקס, ער טראכט אלץ שלעכט, נעגעטיוו; שלעכט אויף זיך און שלעכט אויף די ווייב, ער זעט אלע שלעכטס אין איר, דאס איז דער גיהנום; די ווערטער חזר'ט מען טאג און נאכט אין חדר היכל הקודש, ווי אזוי מען קוקט אויפן לעבן - אזוי איז דאס לעבן, אז מען חזר'ט 'אלעס איז גוט; מיין ווייב איז גוט, זי איז דאס שענסטע און בעסטע' - איז עס טאקע אזוי, עס ווערט שענער און שענער, און אז מען טראכט 'יענער האט בעסער', מען טראכט שלעכטס אויף די ווייב - ווערט דאס לעבן ממש א גיהנום.


נאכמיטאג בין איך געפארן אפטראגן מיין ווייב תחי' אין א קימפעטארין היים, אונזער קימפעטארין היים אין שטעטל איז נאכנישט אפן, עס הייסט אז נאך יום טוב וועט זיך עס עפענען. עס קומט זיך צו פארדאנקען פאר אונזער געטרייער חבר יואל הכהן נרו יאיר וואס ער רוט נישט און ער ווערט נישט זאט פון העלפן דעם רבי'ן, ווי מער ער טוט ווערט ער מער אויסגעהונגערט צו טון נאך און נאך פארן רבי'ן. אויך קומט א גרויסן יישר כח פאר משפחת אייזיק אפפעל שיחיו, סיי ער און סיי זיין ווייב, ביידע ארבעטן זייער געטריי פאר די קימפעטארין היים, זיי וועלן דאס פירן און זיי וועלן זיך זארגן פאר די קימפעטארינס, זיי זאלן זיך קענען אפרוען.


א גאנצע וועג האבן מיר געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע ניסים וואס ער טוט מיט אונז, אז מען האט א קינד, א געזונט קינד, און וויפיל מיר זענען שולדיג דעם אייבערשטן אים צו דאנקען און לויבן אויף זיינע חסדים.


ביינאכט איז געווען די יארצייט סעודה אין ישיבה, עס איז געווען גאר שיינע דיבורים, מען האט זיך מחזק געווען אויף אנהויבן א שיעור אין ספר הקדוש לקוטי מוהר"ן, ווי אפילו א פארשטאפטע הארץ וואס איז ווייט ווייט, אויב לערנט מען דעם הייליגן ספר לקוטי מוהר"ן - איז מען זוכה אז עס שטאפט זיך אויף אלע פארשטאפטע אדערן.


מען האט גערעדט פון די שאלה וואס מען פרעגט א נשמה ווען זי קומט דארט ארויף (שוחר טוב משלי, פרק י): "צפית במרכבה", דאס מיינט מען נישט צו פרעגן אויב מען האט געלערנט די חכמה פון קבלה, מוהרא"ש זאגט מען פרעגט דעם מענטש: "האם חשבת מהקדוש ברוך הוא", האסטו געטראכט פונעם אייבערשטן? ביסטו ארומגעגאנגען מיט א ליבשאפט צום אייבערשטן, מיט א בענקעניש? דאס איז די גרעסטע מדריגה צו וואס מען קען צוקומען, צו טראכטן פון באשעפער און רעדן צו אים.


מען האט געטאנצן פאר לאנגע שעות. ווייסט אודאי וואס ברסלב'ער חסידים טראכטן ביים טאנצן, מען טאנצט נישט ווייל מען וויל ווערן מער צעבראכן, עס זענען דא פלעצער וואס מען טאנצט מען זאל ווערן מער ערנסט און מער דעפרעסט; מיר טאנצן, ווייל מיר פרייען זיך אז מיר זענען אידן און מיר טוען מצוות, מיר האבן א רבי וואס געבט אונז עצות און ווייזט א וועג פון יעדע פארקראכענע ווינקל צו קענען צוריקקומען צום אייבערשטן.


דינסטאג, די צווייטע טאג חול המועד - איז געווען זייער שיין, איך האב זוכה געווען צו מסיים זיין נאכאמאל תיקוני זוהר. איך בין זיך אזוי מחדש ווען איך לערן ספר תיקונים, יעדע מאל וואס מען לערנט תיקוני זוהר זעט מען נאכאמאל און נאכאמאל דאס גרויסקייט פון מצות תפילין, מצות ציצית, דאס גרויסקייט פון היטן אות ברית קודש און היטן שבת ויום טוב; איך פרוביר זייער שטארק עס זאל נישט אריבערגיין א טאג אן לערנען תיקונים.


מיטוואך, דעם דריטן טאג חול המועד - האבן מיר געדאווענט אין ישיבה, איך האב פארן דאווענען מסיים געווען מסכת סוכה. מוהרא"ש זאגט מען זאל לערנען די מסכתא פונעם יום טוב, איך טו דאס אלע יארן, איך הויב אן יום טוב סוכות מסכת סוכה און ערגעץ אינמיטן יום טוב בין איך דאס מסיים. אויך האב איך מסיים געווען נאכאמאל חמשה חומשי תורה, שנים מקרא ואחד תרגום מיט פירוש רש"י, אזא שמחה, אזא פארגענוגן; אז מען לערנט יעדן טאג אביסל חומש רש"י איינגעטיילט לויט די וואך - איז מען זוכה ווען עס קומט סוף יאר אז מען ענדיגט די גאנצע תורה.


נאכמיטאג בין איך געפארן מיט מיינע קינדער קיין בארא פארק באזוכן מיין טאטע מאמע, איך האב דארט געדאווענט מנחה מעריב. נאכדעם בין איך געגאנגען באזוכן איינער פון מיינע פעטערס וואס דארף א רפואה שלימה.


איך האב פארברענגט ביי מיינע עלטערן אפאר שעה, געשמועסט שיינע זאכן און געגעסן א סעודה, פון דארט בין איך אהיים לייגן שלאפן מיינע קינדער. יעצט יום טוב בין איך דער טאטע און מאמע, איך פארע זיך מיט מיינע קינדער, און וואס מער איך פארע זיך מיט די קינדער - דאנק איך דעם אייבערשטן פאר די מתנה וואס ער האט מיר געגעבן, א ווייב וואס זארגט אזוי פאר די קינדער און מאכט מיר גרינגער דאס לעבן, איך זאל קענען לערנען און דאווענען.


דאנערשטאג, די פערטע טאג חול המועד - איז געווען הערליך שיין, עס זענען שוין אנגעקומען אינגעלייט פון שטעטל צו זיין אין ישיבה די צווייטע טעג. איך פרעג שטענדיג די אינגעלייט פון שטעטל: "וואס טוט מען אין שטעטל?" אויב מען רעדט נאך פון רבי'ן, אויב מען בענקט זיך נאך צום אייבערשטן, אדער עס איז שוין געווארן א פלאץ ווי אנדערע פלעצער, מען רעדט פון געלט און פון דעם און יענעם; איך פרעג נישט די פראגע מען זאל מיר ענטפערן, איך פרעג ווייל איך וויל נאכאמאל דערמאנען די אינגעלייט וואס איז די שטעטל, וואס איז די מטרה, דער ציל; דער בעל תפילה האט דאך פיינט געהאט ווען מען רעדט פון געלט (סיפורי מעשיות, מעשה יב), אז מיר זענען געגאנגען וואוינען חוץ לישוב דארפן מיר זיך בענקען צו זיין אן ערליכער איד, זיך זינגען: "איך וויל זיין אן ערליכער איד", ארומגיין מיט בענקען צום אייבערשטן, קרעכצן און שרייען: "הייליגער באשעפער איך וויל זיין אן ערליכער איד"; די וועלט איז נישט און מען קען זי נישט האבן, תורה תפילה איז יא און מען קען זי האבן; מען זאל נישט פארגעסן אז מיר זענען דא נאר פאר אביסל, מיר גייען שוין באלד אהיים, די געלט איז נישט קיין זאך וואס מען נעמט מיט, די געלט בלייבט דא, נאר משניות און בלעטער גמרא, און ועל כולם די ווערטער וואס מען האט זוכה געווען ארויס צו רעדן, ארויס צו כאפן - דאס נעמט מען מיט.


אויך פון ארץ ישראל זענען געקומען געסט, האברך יוסף הכהן, האברך חיים שלום, אויך דער מגיד שיעור משה שמואל. מיר האבן אביסל געשמועסט שיינע זאכן, שיחות פון רבי'ן. מיר זענען געגאנגען דאווענען, ביי די נענועים האט זיך מיר געעפנט די הארץ, איך האב זייער געוויינט פון בענקשאפט צום אייבערשטן.


נאכמיטאג זענען מיר געווען אין די סוכה אין ישיבה, מיר האבן געזינגען שיינע ניגונים לכבוד יום טוב מיט מוזיק. מיר האבן געזינגען "וכל מאמינים" מיטן ניגון וואס מען זינגט ביי אונז אין די משפחה, מקובל פון הייליגן רבי אלעזר ניסן, א זון פון הייליגן ישמח משה זכותו יגן עלינו. דער ניגון האט מען געזינגען ביים הייליגן ייטב לב אויף "וכל מאמינים", (דער ניגון האסטו געזינגען די יאר ליל ראש השנה ביי לכה דודי).


איך האב מסדר געווען די מלמדים אין וויליאמסבורג, די יאר הבא עלינו לטובה בין איך דער מנהל, אויך וועל איך נישט זיין אין אפיס רוב טאג, איך וועל זיין אין אפיס נאר נאך מנחה. איך וועל זיין דער מגיד שיעור פאר די בחורים, מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיצן מיט זיי פון אינדערפרי ביז נאך מנחה, און נאכמיטאג געבן א שיעור.


מיר האבן געלערנט די גמרא שיעור און זיך געשטעלט דאווענען מנחה מעריב. משנה תורה האט געליינט אשר ראנד נרו יאיר, נאך משנה תורה האבן מיר געהאט א סעודה אין די סוכה, די געטריי גבאים ישעי' און שבתי האבן געארבעט א גאנץ יום טוב, צוגעשטעלט אלעס וואס מען דארף - מיטן גאנצן הארץ.


ביי די סעודה האבן מיר גערעדט ממש אפאר ווערטער, פון דאס גרויסקייט פון הושענא רבה, פון רעדן אפאר ווערטער צום אייבערשטן.


ביינאכט ליל הושענא רבה נאכן סעודה האבן מיר אויסגעזאגט גאנץ תהילים און אהיים זיך אביסל צוגעלייגט; מוהרא"ש זאגט פון הייליגן רבי'ן: "יום טוב שבועות איז דער עיקר דאס אויפזיין, און הושענא רבה איז דער עיקר דאס זאגן, נישט דאס אויפזיין".


פרייטאג, הושענא רבה – זענען זיך צוזאמגעקומען א גרויסע עולם אנשי שלומינו, מען האט געדאווענט אינאיינעם, געזינגען הלל אינאיינעם. איידער די הושענות האב איך געזאגט אפאר ווערטער, מען זאל נישט ווארטן אויף א טעם אדער געפיל, מען זאל שרייען 'הושענא', 'הושענא', ווייל יעדע ווארט וואס מען רעדט צום אייבערשטן איז זייער חשוב אויבן.


צווישן אלע הקפות האב איך גערעדט אפאר מינוט, בעיקר אז מען זאל אויסנוצן די הייליגע מינוטן זיך אויסצוקרעכצן צום אייבערשטן, ארויסזאגן אפאר ווערטער צום אייבערשטן; אפילו מען איז בבחינת הושענא, בבחינת ערבה בלי טעם ובלי ריח - דאך זאל מען רעדן צום אייבערשטן.


אויך האב איך געבעטן אנשי שלומינו אז יעצט ווען מיר האלטן די ד' מינים, די הייליגע אתרוג, וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ראיה, סימן י): "הִסְתַּכְּלוּת עַל אֶתְרוֹג הוּא רְפוּאָה לִכְאֵב עֵינַיִם", אתרוג איז מסוגל פאר אויגן ווייטאג - דאס מיינט מען אויך אויב מען פארשמירט די אויגן, זאל מען זיך גוט אויסבעטן און אויסשמועסן די גאנצע נושא פונעם טעלעפאן, יעדער איינער דארף דאס אויסשמועסן מיטן אייבערשטן, וואס ער זאל טון; בפרט די וואס דארפן דאס האבן פאר פרנסה זאלן פרעגן דעם אייבערשטן: "וואס טו איך? ווי אזוי זאל איך מיך פירן? דארף איך א טעלעפאן? דארף איך די עפפס אויפן טעלעפאן? הייליגער באשעפער, וואס וועט זיין מיט מיר? מיט מיין נשמה? מיט מיינע קינדער? מיט מיינע דורות?" נאר תפילה איז די עצה.


אויך האבן מיר זיך זייער מחזק געווען: "הושענא נא, בלתך אין להושיע הושענא נא", מען דארף וויסן אז נאר דער אייבערשטער קען העלפן, און אז מען רעדט זיך איין 'דער וועט מיר העלפן, יענער וועט מיר העלפן' - איז מען נעבעך א גרויסער רחמנות, ווייל קיינער קען נישט העלפן, נאר דער אייבערשטער - ער געבט פרנסה, ער מאכט אלעס און טוט אלעס.


שמיני עצרת ביינאכט - איז געווען זייער פרייליך, די הקפות איז געווען זייער פרייליך, אויסנאם שיין, יעדער איינער בלי יוצא מן הכלל האט געטאנצן און געשפרינגען, מען האט געשפירט אזא שמחה.


צווישן די הקפות האבן מיר געזינגען מיט די קינדער שיינע ווארעמע ניגונים, מען האט געענדיגט די הקפות צען אזייגער.


שמיני עצרת אינדערפרי, פארן דאווענען - האבן מיר געלערנט א שטיקל פונעם סידור עת רצון, די שטיקל פון אלוקי נשמה. מוהרא"ש זאגט דארט אז די ברכה פון "ואתה עתיד להחזירה לעתיד לבוא" און "המחזיר נשמות לפגרים מתים" דאס מיינט מען יעצט אויך, ווען מען שפירט זיך אזוי ווי טויט, מען איז אראפגעפאלן אין עבירות - קען מען זיך צוריק באנייען, מען קען ווערן צוריק לעבעדיג, דאס איז די שיינקייט פון צדיקים אז זיי באנייען זיך און זיי באנייען אונז מיר זאלן שטענדיג אנהויבן פון פריש.


מיר האבן געדאווענט, געזינגען הלל און געבענטשט גשם. נאכן דאווענען איז געווען א קידוש, מען האט זיך מחזק געווען אז די מפתח פון גשם – פון פרנסה - ליגט נאר אינעם אייבערשטנ'ס הענט, און ווער עס רעדט זיך איין אז די פרנסה קומט דורך פלוני אלמוני - איז א גרויסער רחמנות, די שליסל פון פרנסה ליגט נאר ביים אייבערשטן. עס זענען געווען אסאך חברים פון שטעטל, פרעג זיך נאך ביי זיי, מאך מיט זיי אינטערוויוס; זאל יעדער דערציילן וואס ער האט געהערט און געשפירט יום טוב ביי אונז.


ביינאכט צווישן מנחה און מעריב האבן מיר זיך געזעגנט פון די סוכה. מען האט געזינגען שיינע ניגונים פון יום טוב און זיך מחזק געווען צו לערנען יעדן טאג חומש רש"י מיט משניות און גמרא.


שמחת תורה ביינאכט - איז געווען הערליכע הקפות מיט א מורא'דיגע שמחה. אסאך געסט זענען געקומען, אויך חסידי חב"ד זענען געקומען, זיי קומען אלע יארן. עס איז אזוי שיין צו זען ווי אידישע קינדער טאנצן אינאיינעם, געווענליך טאנצט מען יעדער מיט זיין שבט, און ווען עס קומט א צווייטע שבט ווערט מען אומבאקוועם, אבער געלויבט דעם אייבערשטן מוהרא"ש האט דאס אויסגעריסן פון אונז, מיר זאלן זיך ליב האבן אפילו אנדערע שבטים, אנדערע אפשטאמען, ווייל מיר זענען ברידער, מיר זענען אלע בני אברהם יצחק ויעקב.


ביינאכט אינמיטן די הקפות איז אריינגעקומען האלבע נייעס פון די שוידערליכע רציחות אין ארץ ישראל. דאס האט מיך זייער צעבראכן, איך האב דאס נישט ארויסגעוויזן, ווייל יום טוב דארף מען זיין פרייליך - אבער די קאפ האט מיר זייער געדרוקט, איך האב נישט געהאט קיין מנוחה, ביז יעצט בין איך זייער צעבראכן, איך בעט און בעט א גאנצן צייט דער אייבערשטער זאל היטן אידישע קינדער.


אוי ווי דער הייליגער רבי פון סאטמער האט געוויינט ווען די ערב רב האבן געגרינדעט די טריפה'נע מדינה, ער האט געוויינט אויף די בלוט וואס גיסט זיך און אויף די בלוט וואס זיי וועלן פארגיסן; היינט זאגן אלע: "אוי ווי דער סאטמער רב איז געווען גערעכט". עס איז געווען ביי די זעקס טעג מלחמה האבן די פרומע נאכשלעפער געשריגן: "ניסים!" דעמאלט האט דער רבי געוויינט און געשריגן פון זיין ריינע הארץ אויף די אלמנות און יתומים וואס איז דא פון זיך רייצן מיט די אראבער.


ווי זענען די אלע פרומע נאכשלעפער וואס גרויסן זיך טאג און נאכט: "מיר האבן א מיליטער", "מיר האבן די בעסטע טאנקען"? יעצט זעט מען ווי צושאנד און צושפאט זיי זענען, מען זעט קלאר אז מען קען זיך נאר פארלאזן אויפן אייבערשטן, מען קען זיך נאר פארלאזן אויף אים, נאר ער קען אונז העלפן און וועט אונז העלפן.


שמחת תורה בייטאג איז די דאווענען געווען זייער שיין. מיר פירן זיך אז דער בעל תפילה ביי שחרית הויבט אן 'הא-ל בתעצמות' אזוי ווי יום טוב, און ביי 'המלך' זאגט מען די נוסח פון ראש השנה, און 'שוכן עד' זאגט מען די נוסח פון שבת, נאכדעם זינגט מען ווייטער 'רננו צדיקים' - מיט די נוסח פון יום טוב. איך האב געטראכט ביים דאווענעם 'איך וויל נישט די דאווענען זאל זיך אמאל ענדיגן, עס איז דאך אזוי זיס אזוי הארציג'. מיר זינגען 'א-ל מלך גדול' מיט א ווארעמע ניגון, אויך זינגען מיר 'ממקומך', אויך קדיש תתקבל זינגען מיר אלע טעג פון יום טוב.


נאך שחרית, נאכן זינגען הלל - האבן מיר אינאיינעם געזאגט תיקון הכללי.


ביי די הקפות האבן מיר געטאנצן מיטן ניגון: "א מחי' פיאות, א מחי' בארד, א מחי' ציצית, א מחי' תפילין, א מחי' שבת, א מחי' סוכות". די הקפות שמחת תורה אינדערפרי איז אזוי פרייליך, צווישן די הקפות רעד איך אפאר ווערטער. יעדע הקפה רעדט מען פון יענע ספירה; די ערשטע הקפה פון חסד, פון הפצה; צווייטע הקפה פון גבורה, דריטע הקפה פון תפארת, מען זאל בעטן דעם אייבערשטן מען זאל ליב האבן אידישקייט, ליב האבן א בארד און פיאות, ליב האבן צניעות, די פרויען זאלן זיך שערן די האר נאך די חתונה און דאס ליב האבן.


ביי די הקפות איז א צייט וואס מען קען פועל'ן ארויס צו גיין פון אלע שלעכטע תאוות און מידות רעות - דורך שמחה, דורך טאנצן מיט די תורה.


מוצאי יום טוב האבן מיר געהערט די ביטערע נייעס אז אראבער זענען אריינגעקומען פון עזה און אויסגע'שחט'ן הונדערטער אידן השם ישמרינו, אזא שוידערליכע שחיטה, און פארכאפטע משכונות, און טויזנטער אידן זענען פארוואונדעט. מען זעט מער און מער וואס דער הייליגער רבי פון סאטמער האט אזוי געוויינט ווען די מדינה האט זיך געגרינדערט, אז עס וועט זיך נישט ענדיגן גיסן אידיש בלוט; זייט זי שטייט גיסט זיך בלוט. מען דארף אזוי שטארק בעטן דעם אייבערשטן משיח זאל קומען און דער גלות זאל זיך שוין ענדיגן.


הויב שוין אן מעביר סדרה זיין, ווארט נישט אויף סוף וואך, טייל איין די פרשה לויט די וואך, יעדן טאג אביסל; זינטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער.


איך דארף מקצר זיין, מיין ווייב איז יעצט אהיים געקומען פון זיך אפרוען, איך דארף העלפן אין שטוב מיט די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#16 - אויסהערן און אויסרעדן צעבראכענע הערצער
משמש דעם רבי'ן, רבינו ז"ל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת האזינו ב', ו' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשרינו מה טוב חלקנו ומה נעים גורלינו אז מיר האבן אזא רחמנות'דיגער רבי וואס האט רחמנות אויף אונז, ער ברענגט אונז כסדר צוריק צום אייבערשטן.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו טוסט פאר אונזער קהילה, קהילת היכל הקודש; בפרט אז דו מאכסט יעדן איינעם פרייליך, מיטן אויסהערן און אויסרעדן די צעבראכענע הערצער און זיי מחזק זיין.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט קענען טון נאר גוטע זאכן, ווייטער מחזק זיין אידישע קינדער און זיי שטארקן.


אין דעם זכות זאלסטו זען נחת ביי דיינע קינדער און אייניקלעך.


א גמר חתימה טובה.

#15 - נישט כדאי אויפצוהערן זייגן דאס קינד, צוליב קענען פארן קיין אומאן
חיזוק פאר פרויען, אומאן, רבינו ז"ל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פנחס, י"ג תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט כדאי אויפהערן זייגן דאס קינד - צוליב קענען פארן קיין אומאן וכו'; אדער קענט איר מיטנעמען דאס קינד מיט אייך, און אז איר ווילט פארן אליין און נישט דארפן מיטנעמען דאס קינד - זאלט איר ווארטן נאך אפאר חדשים; ווייל די מילך וואס דאס קינד זייגט פונעם מאמע - דאס איז זייער געזונט סיי פארן גוף און סיי פארן נפש.


פארן צום רבינ'ס ציון איז טאקע העכער פון אלעם, אבער נישט וועגן דעם זאל מען אויפהערן זייגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - אז עס איז אריינגעבאקן אמונה, קען מען אלעס דערהייבן
אמונה, היכל הקודש, רבינו ז"ל

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער חבר ... נרו יאיר


א נס אז מיר ווייסן פון רבי'ן, א נס אז מיר זענען אין היכל הקודש, קודש הקדשים; וואס וואלטן מיר געטון אנעם רבי'ן...?


די אמונה וואס דער רבי לייגט אריין אין אונז - דאס איז דאך א זאך וואס ראטעוועט, ווייל יעדער מענטש האט שוועריקייטן וואס גייט אריבער, און אז מען האט אמונה, עס איז אריינגעבאקן אמונה - קען מען אלעס דערהייבן, מען האט כח ווייטער אנצוגיין אין לעבן, און חס ושלום אויב די אמונה איז שוואך - איז זייער שווער צו קענען דורכטראגן.


אשרינו מה טוב חלקינו אשר בנחל שם גורלינו, אז מיר ווייסן פון אזא רבי, פון אזעלכע תלמידים.

#13 - בינד זיך צו צום רבי'ן, טו וואס דו קענסט נאר צו בלייבן ביים רבי'ן
התחזקות, חלישות הדעת, רבינו ז"ל, בלבולים, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


האלט זיך מיטן רבי'ן, בינד זיך צו צום רבי'ן, טו וואס דו קענסט נאר צו בלייבן ביים רבי'ן, ווייל דער סמ"ך מ"ם ימח שמו טוט אלעס וואס ער קען נאר, אוועק צו נעמען דעם מענטש פון רבי'ן.


איך ווייס דו גייסט יעצט אריבער א פרישע פרשה פון חלישות הדעת, יעצט שפירסטו ווי דו קענסט עס מער נישט נעמען, דו ווילסט אפלאזן היכל הקודש, בעט איך דיר ליבער ברודער, טייערער חבר, בלייב ביים רבי'ן; וועסטו אויך זיין אין גן עדן ביים רבי'ן. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות צדיק, סימן עד): "הַמְקֹרָבִים שֶׁיֵּשׁ לַצַּדִּיק בְּחַיָּיו, הֵם יִהְיוּ מְקֹרָבִים בְּמוֹתָם", ווער עס איז מקורב צום צדיק אויף די וועלט - וועט זיין מקורב צום צדיק אויף יענע וועלט.


אויבן אין הימל איז דא אסאך מער בלבולים און אסאך חלישות הדעת מען זאל אפלאזן דעם רבי'ן, מען פארדריידט די נשמה; די מלאכי חבלה, די מקטריגים - זענען געפערליך, און ווי אזוי מען לעבט דא, ווי אזוי מען בינדט זיך צו דא - אזוי וועט זיין דארט.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט דערציילט פון רבי סענדר'ל פון טיראוויצע זכרונו לברכה. ער איז געווען א גרויסער עובד השם, סוף ימיו האט ער געוואוינט אין אומאן און זיין סדר היום איז געווען אז יעדן פארטאגס פלעגט ער גיין צום ציון פון הייליגן רבי'ן זיך מתבודד זיין און לערנען דארט זיינע שיעורים כסדרן. אמאל האט פאסירט אז מענטשן זענען געקומען פארטאגס צום ציון און מען האט געזען א ווייסע געשטאלט ביים ציון, קודם האט מען מורא געהאט וואס דאס איז אבער נאכדעם האט מען באמערקט אז דאס איז רבי סענדר פון טיראוויצע באדעקט מיט שניי פון קאפ ביז פיס, האט מען אים געפרעגט: "רבי סענדר וואס טוט איר דא, עס איז קאלט און עס שנייט, איר ווערט דאך באלד פארפרוירן?!" האט ער געענטפערט: "איך בין געקומען פארטאגס צום ציון און דער ציון איז געווען פארשפארט, האב איך אפגעמאכט אז איך גיי נישט אוועק פון דא; עס האט אנגעפאנגען פאלן א שניי האב איך שוין יא געוואלט אהיים גיין, אבער איך האב געטראכט צו זיך 'ווען איך וועל אוועק גיין מזה העולם, איך וועל ארויפקומען אויבן אין הימל און איך וועל וועלן גיין צום הייליגן רבינ'ס היכל, וועט מען מיר ענטפערן תירוצים: עס רעגנט, עס שנייט, עס איז ווייט, עס איז קאלט וכו' וכו'; וועל איך זאגן אז ווען איך האב געלעבט אויף די וועלט האב איך נישט געקוקט אויף גארנישט און איך בין יעדן טאג געקומען צום רבינ'ס ציון, אזוי וויל איך יעצט אויך גיין צום הייליגן רבי'ן אן קיין תירוצים - וועט מען מיר מוזן לאזן גיין צום רבי'ן'".


איך האב דיר שוין געשריבן די מעשה, דאך שרייב איך דיר נאכאמאל די מעשה ווייל עס איז זייער וויכטיג און עס שטעלט אוועק דעם קאפ ווי צו טראכטן ווען מען האט די בלבולים וכו' וכו'. דער רבי האט געהאט א תלמיד ר' ליפא, א גרויסער סוחר. אמאל איז ער געפארן צום יריד מאכן געשעפטן, ער האט געטראכט אז ער וועט קודם גיין צום רבי'ן נעמען א ברכה, ער איז געפארן צום רבי'ן אויף שבת. ביי שלש סעודות האט ער געווארט אז דער רבי זאל שוין ענדיגן די תורה, ער זאל קענען פארן צום יריד פארדינען געלט. דער הייליגער רבי האט דאך אלעס געזען, האט ער מרמז געווען ביי די תורה וואס שטייט אין זוהר (תיקוני זוהר תיקון ג' מהתיקונים האחרונים): "חֲיֵיכִת בְּהוֹן בְּעוּתְרָא בְּהַאי עָלְמָא, וּלְּבָתַר, קְטִילַת בְּהוֹן", געלט לאכט צום מענטש אין די יונגע יארן, און שפעטער הרג'עט עס דעם מענטש; דער רבי האט געוואלט מיט דעם מרמז זיין פאר ר' ליפא אז נישט אלעס איז געלט וכו'. ר' ליפא האט זיך באליידיגט פון דעם, ער איז אוועק געגאנגען פון רבי'ן און מער נישט געקומען.


יארן שפעטער האט אים רבי נתן געטראפן, ער האט אים געפרעגט: "ליפא, וואו ביסטו אנטלאפן, פארוואס ביסטו אוועק פון הייליגן רבי'ן? עמנו הייתם!" האט אים ר' ליפא געזאגט: "דער רבי האט מיך פארשעמט", מיינענדיג די תורה וואס דער רבי האט דעמאלט געזאגט און אים מרמז געווען אין די תורה, זאגט אים רבי נתן: "ליפא! פון אזא רבי גייט מען אוועק?! זאל דער רבי נעמען א דראנג (א דיקע האלץ) און מיך שלאגן - וועל איך אויך נישט אוועק גיין", ווייל ווען מען מאכט זיך א חשבון, מען איז זיך מתבודד - קומט אויס אז 'פון אזא רבי וועל איך קיינמאל נישט אוועק גיין, אפילו ער וועט מיך שמייסן מיט א דראנג'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - היכל הקודש זאל זיין דיין פלאץ, זאל זיין וואס זאל זיין
היכל הקודש, רבינו ז"ל, אחדות, בלבולים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים תלמידי היכל הקודש פון לאנדאן, ה' עליהם יחיו


איך בעט ענק, האלט אייך אינאיינעם, קומט אלע דאווענען אין רבינ'ס שול, אין בית המדרש היכל הקודש, אפילו מען וואוינט ווייט און אפילו עס איז שווער; בינדט אייך צו צום רבי'ן, א שאד עס זאל צעפאלן ענקער מנין.


דער גבאי ר' שמחה שרייבט מיר איך זאל ענק שרייבן, ענק מחזק זיין עס זאל נישט צעפאלן דער מנין.


וויסן זאלט איר, דער סמ"ך מ"ם ימח שמו האט זייער פיינט דעם הייליגן רבי'ן, ער טוט אלעס אין דער וועלט צו מרחק זיין פון הייליגן רבי'ן. אויך קען ער זיך גוט פארשטעלן מיט א פרומען לבוש, כאילו די חברים תלמידי היכל הקודש - זענען צו פשוט, זיי זענען נישט מיין גאטונג וכו', און צומאל העלפט ער טרעפן חסרונות ביי דעם און ביי יענעם, ביז ער איז מרחק דעם מענטש פון רבי'ן.


בעט איך אייך זייער, בינדט אייך צו צום רבי'ן, דעם רבינ'ס שול זאל זיין דיין שול, היכל הקודש זאל זיין דיין פלאץ, זאל זיין וואס זאל זיין. דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תרה): "אֲפִילּוּ אִם אֵינוֹ אִישׁ כָּשֵׁר, אַף עַל פִּי כֵן טוֹב לוֹ מְאֹד מַה שֶּׁמִּתְקָרֵב עַצְמוֹ לְהַצַּדִּיק", אפילו מען איז נישט אזוי ווי מען דארף צו זיין זאל מען זיך מקרב זיין צום צדיק. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, יג): "'אַל תְּהִי רָשָׁע בִּפְנֵי עַצְמְךָ', שֶׁאֲפִילּוּ אִם הוּא רָשָׁע חַס וְשָׁלוֹם, לֹא יִהְיֶה רָשָׁע בִּפְנֵי עַצְמוֹ", אפילו מען איז חס ושלום א רשע, מען איז ווייט פונעם אייבערשטן - זאל מען נישט זיין פאר זיך אליינס, "רַק הוּא גַּם הוּא יִשְׁתַּדֵּל לְהִתְקָרֵב לְהַצַּדִּיק כְּדֵי שֶׁיִּהְיֶה לוֹ אֵיזֶה אַחֲרִית וְתִקְוָה עַל כָּל פָּנִים", נאר זיין ביים צדיק, זיך מקרב זיין צום צדיק, אזוי וועט דער צדיק אים פאררעכטן און עס וועט עפעס בלייבן פון אים.


ליבער ברידער האלט אייך אינאיינעם, דער רבי האט געזאגט בשעת ער איז אוועק געפארן פון ברסלב קיין אומאן; דער רבי איז געשטאנען ביים טיר פון זיין שטוב, ער האט געלייגט זיין האנט אויף די מזוזה און געזאגט: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד", איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם". ווייל אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, וועט איר מיר קענען ממשיך זיין צו אייך (חיי מוהר"ן, סימן קפז).


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - שטארקע התחזקות וואס דער רבי האט געשריבן פאר זיין ברודער
התחזקות, הפצה, ראש ישיבה, שמחות, רבינו ז"ל, פסח, ארץ ישראל, התנגדות, יחוס

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, כ"ח אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מזל טוב פאר דיין נייע געבוירענע מיידל, ויקרא שמה בישראל, פיגא - נאכן הייליגן רבינ'ס מאמע. דער אייבערשטער זאל העלפן זי זאל אויסוואקסן א גרויסע צדיקת און דו זאלסט האבן אסאך נחת פון איר און פון אלע דיינע קינדער.


דו שרייבסט אז דו ביסט אן אייניקל פון רבינ'ס עלטערן - שמחה און פיגא - דורך דעם רבינ'ס ברודער רבי יחיאל. עס איז דא א בריוו וואס דער רבי האט געשריבן פאר זיין ברודער רבי יחיאל, א מורא'דיגע בריוו, יעדער קען נוצן די בריוו פאר התחזקות, דער רבי שרייבט אים (חיי מוהר"ן, סימן קסה):


"הִגִּיעַנִי מִכְתָּבוֹ פֹּה זַאסְלַאב", איך האב ערהאלטן דיין בריוו, "וְהָיָה לִי צַעַר גָּדוֹל מִזֶּה", איך האב זייער אסאך ווייטאג, "אֵיךְ מָלְאוּ לִבָּם הָאֲנָשִׁים הָרְשָׁעִים הָאֵלֶּה וְהֵעִזּוּ פְּנֵיהֶם כָּל כָּךְ נֶגְדְּךָ", ווי קען זיין מען זאל זיך צו דיר אויפפירן מיט אזא עזות, "וְתָמֵהַּ אֲנִי אֵיךְ לֹא נִמְצָא טוֹב לְעֻמַּת רַע כְּנֶגְדָּם לְבַעֵר הָרַע", און איך וואונדער זיך, ווי קען זיין עס זאל נישט זיין מענטשן וואס זאלן זיך אנעמען פאר דיר?


"אֲהוּבִי אָחִי נַפְשִׁי וּלְבָבִי", מיין ליבער ברודער, "אַל תִּירָא וְאַל תֵּחַת מִפְּנֵיהֶם", האב נישט מורא פון זיי, "רַק חֲזַק וֶאֱמַץ בַּתּוֹרָה וּבְיִרְאַת ה' כָּל הַיּוֹם, כַּמְדֻבָּר בֵּין שְׁנֵינוּ", שטארק זיך אין תורה און אין יראת ה', "וּזְכוּת אֲבוֹתֶיךָ מְסַיַּעְתְּךָ, כִּי כָּל זֶה לְגַדֵּל אוֹתְךָ וּלְהַרְבּוֹת כְּבוֹדְךָ וּלְגַדֵּל שִׂכְלְךָ", ווייל דאס אלעס וואס דו גייסט אריבער איז נאר פאר דיין טובה, דיך ברענגען נענטער צום אייבערשטן, "כִּי כְּמוֹ שֶׁאִי אֶפְשָׁר לְכָל מִינֵי זֵרְעוֹנִים לָבוֹא לְתַכְלִית גִּדּוּלָם אֶלָּא עַד שֶׁנּוֹתְנִין מִתְּחִלָּה הַגַּרְעִין בֶּעָפָר וְאַחַר כָּךְ הַגַּרְעִין נִתְבַּלֶּה וְאַחַר בְּלוֹתוֹ יִפְרַח וְיָצִיץ וְנַעֲשֶׂה אִילָן גָּדוֹל", אזוי ווי אלע פרוכט און אלע גרינצייג, אלעס וואס וואקסט - קען נאר וואקסן נאר נאכדעם וואס מען דעקט צו די זומען, די קערל - אונטער די ערד, און די קערל ווערט פארפוילט, "כֵּן הַדָּבָר הַזֶּה שֶׁעַל יְדֵי זֶה שֶׁמַּשְׁפִּילִין אוֹתְךָ עַד עָפָר, עַל יְדֵי זֶה תִּתְגַּדֵּל וְתָצִיץ וְתִפְרַח בָּעוֹלָם", אזוי אויך מיט דיר, דורכדעם וואס מען פארשעמט דיך און מען דערנידערט דיך, דורכדעם וועסטו וואקסן און גרויס ווערן אויף דער וועלט, "אִלּוּ הָיוּ יוֹדְעִין אֵלּוּ הָרְשָׁעִים מִזֶּה", ווען די שלעכטע מענטשן וואלטן ווען געוויסט וואס פאר א טובה זיי טוען דיר מיט דעם וואס זיי רודפ'ן דיך, "בְּוַדַּאי לֹא הָיוּ מְבַזִּין אוֹתְךָ", וואלטן זיי דיך זיכער נישט געפייניגט, "כִּי כָּל כַּוָּנָתָם לְרַע", ווייל זייער גאנצע כוונה איז נאר דיר שלעכטס צו טון.


אגב, מיינע קינדער שיחיו זענען אייניקלעך פון הרב החסיד רבי אברהם עביר ראזענבערג זכרונו לברכה מזאווידקא דורך מיין שווער'ס שווער, הרב החסיד רבי יצחק דוד פרידמאן זכרונו לברכה. ער איז געווען אן איידעם ביי הרב החסיד רבי שלמה גפן בן ר' מענדל גרשון חתן ר' מאיר גראס, וואס ער איז געווען אן איידעם ביי ר' סנדר פערלמאן, און ער איז געווען אן איידעם ביי אן אייניקל פון רבי אברהם עביר ראזענבערג זכרונו לברכה מזאווידקא, און עס איז דא א יש אומרים אז דער רבי אברהם עביר איז אן אייניקל פון רבינ'ס עלטערן דורך רבי יחיאל, עס איז נישט קלאר.


שטארק זיך און שטארק אלע חברים. וויפיל איר בענקט צו מיר - בענק איך זיך אסאך מער צו ענק. איך האב געוואלט קומען צו ענק בעפאר פסח, אבער לא איסתייע מילתא. עס קען זיך דאכטן אז מיר זענען ווייט, אבער מיר זענען זייער נאנט, עס זעט נאר אזוי אויס.


אמאל פלעגסטו מיר שרייבן מער איינצלהייטן וואס טוט זיך ביי ענק אין שול, איך האב דאס זייער ליב געהאט. לעצטנס הער איך נישט פון דיר, איך וויל זיין צווישן אייך; שרייב מיר כאטשיג איין מאל א וואך עפעס פון דיר און עפעס פון שול.


געב א באזונדערע גרוס פאר האברך ... און פאר ... זיי שרייבן מיר יעדן טאג ווי לאנג זיי גייען הפצה און וויפיל זיי האבן מפיץ געווען, דאס איז ביי מיר זייער חשוב. אויך די בני ברק'ער בחורים וואס גייען הפצה - לאז זיי אלע גרוסן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין די יאר צו עסן פונעם קרבן פסח, מיר גלייבן באמונה שלימה אז מיר וועלן נאך די יאר עסן דעם קרבן פסח.


 

#10 - סדר הנסיעה קיין מירון, ל"ג בעומר תשפ"ב
שכר לימוד, קינדער, תפילה והתבודדות, חברים, חיזוק פאר מיידלעך, שלאפן, לערערין, קאמפלימענטס, שמחה, חינוך הילדים, מלמדים, בחור, תיקוני זוהר, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, הפצה, סגולות, קברי צדיקים, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, תהלים, חסידות ברסלב, מחלוקת, הדפסה, שטעטל, עבודת השם, שבת קודש, שבת ליכט, דרשות, נסיעה, סמארטפאון, מאוויס, בית המדרש, היכל הקודש, משמש דעם רבי'ן, מוהרא"ש, מוסר, נעגל וואסער, סיפורי צדיקים, בריוו, עצתו אמונה, ישיבה, חתונה, ראש ישיבה, שיעורים כסדרן, שמחות, נחת, חדר, הדרכות, רבינו ז"ל, סיום הש"ס, פירושים, גליון, ארץ ישראל, חומש רש"י, מנין, ירושלים, גבאי, אחדות, חתן, טאנצן, פרויען צאמקום, געפילן, מוהרנ"ת ז"ל, בלבולים, תיקון הכללי, התנגדות, איש אמונות, ל"ג בעומר, מירון, אפשערן, יום החופה, ספר תורה, ותיקין, זוהר הקדוש, דף גמרא, הדסים, קאמפיין

בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת בחוקותי (במדבר בא"י), כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער אהרן וועבערמאן נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


חסדי השם יתברך איך האב זוכה געווען צו זיין די יאר נאכאמאל ביי די הילולא פון רבי שמעון בן יוחאי אין מירון.


מיר זענען ארויסגעפארן מאנטאג נאכט, איך מיין ווייב מיט מיין זון שמעון נרו יאיר. מיין זון האב איך געגעבן א נאמען שמעון נאך התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי. מיין זיידע, קארלסבורגער רב זכר צדיק לברכה האט מיר דעמאלט געבעטן איך זאל א נאמען געבן "שמעון", ממשיך צו זיין די זכות פון רבי שמעון בר יוחאי אויף אים, ער זאל האבן א רפואה שלימה, ער איז דעמאלט געווען זייער אפגעשוואכט. ער האט נישט געהאט קיין כח צו זיין דער מוהל ביי זיין ברית, איך האב גענומען דער ווינער רב שליט"א פאר מוהל.


איך האב מיטגענומען מיין זון שמעון לכבוד זיין סיום הש"ס, איך טו דאס מיט אלע מיינע קינדער; איך וויל זיי זאלן לערנען ש"ס און דאס מסיים זיין פאר די בר מצוה – זאג איך זיי צו א נסיעה קיין ארץ ישראל.


האברך אלי' קנאלל האט אונז גענומען צום עירפארט, מיר האבן געדאווענט מעריב און געציילט ספירה אין עירפארט. די וועג איז געווען זייער איינגענעם, האברך אברהם רוטמאן נרו יאיר האט געזארגט פאר די נסיעה, ער האט מיר געמאכט דאס בעסטע וואס קען זיין.


ער האט אונז באשטעלט צו זיצן אין ביזנעס קלאס, די אלע וואס זיצן אין ביזנעס קלאס באקומען א קארטל צו קענען גיין אין עירפארט אין די לאונטש, מיין זון שמעון און מיין ווייב האבן זייער געוואלט גיין, דו ווייסט דאך ווי עס גייט, אז מען הערט רעדן לאונטש, לאונטש, און אז נאר געציילטע קענען גיין – ווילן אלע גיין... איך האב געזאגט עס פעלט נישט אויס, למעשה זענען מיר געגאנגען, איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין דארט, איך האב געזאגט פאר מיין ווייב און זון: "נאך א מזל מיר זענען יא געקומען, אזוי קענט איר זען די גאנצע גליק פון עולם הזה, א טונקעלע פלאץ, נישטא גארנישט דארט..."


די וועג איז געווען א רואיגע וועג; איך בין געשלאפן אביסל, געשריבן בריוון אביסל און זיך מתבודד געווען. דו ווייסט די אונטערשייד צווישן א ברסלב'ער חסיד און אנדערע, דער ברסלב'ער חסיד, וואו דו וועסט אים נאר לייגן, וואו ער געפונט זיך – האט ער וואס צו טון; ער דינט איבעראל דעם אייבערשטן, ער איז זיך מתבודד, ער רעדט צום באשעפער אויפ'ן פשוט'ן שפראך, אויף זיין מאמע לשון.


איך האב געדאווענט שחרית אויפ'ן פליגער.


מיר זענען אנגעקומען אין ארץ ישראל דינסטאג נאכמיטאג, האברך הנ"ל האט צוגעשטעלט מען זאל אונז טראגן אין א באזונדערע פלאץ. דארט האב איך געטראפן די גבאים פון ירושלים, שמעון עוזר פערל און יצחק פאפנהיים.


שמעון עוזר ברענגט מיר די נייע קינדער מעשה ביכל: "מעשה'לעך פאר קינדערלעך", סיי אין אידיש, סיי אין לשון הקודש; עס איז הערליך שיין, איך האב זייער הנאה געהאט דאס צו זען. מיין נישט איך בין צופרידן, איך ווער נישט צופרידן ווען איך זע א ספר, איך וויל שוין זען נאך חלקים, איך וויל שוין זען חלק ב, ג, ד, ה און אזוי ווייטער.


אויך האט ער מיר באוויזן ספר איש אמונות חלק א' פון שנת תשפ"א, דאס איז עפעס אזוי שיין; שמעון עוזר נרו יאיר מיט זיין ווייב תחי', זיי לייגן אריין זייער לעבן אין דעם, זיי זענען דאס מתרגם מידי שבוע בשבוע. אויך איז דא א משפחה אין צפת, משפחת קעניג וואס זענען דאס מגיה. דער ספר איז אזוי שיין, עס וועט זיכער צוריק ברענגען טויזנטער מענטשן צום אייבערשטן.


איך האב געוואלט דאווענען מנחה, זאגן זיי מיר אז עס ווארטן אפאר אינגעלייט אינדרויסן פון עירפארט, אין געז סטעישן. זענען מיר אהין געפארן, דארט שפרינגען צו מיר די בני ברק'ע חבורה, שרייען אויס א ברכת שהחיינו מיט א שמחה. איך האב זיך זייער געפריידט צו זיי, די זענען גרויסע מפיצים, זיי רוען נישט קיין איין מינוט, טאג און נאכט האבן זיי אינזין נאר איין זאך: "הפצה, הפצה, הפצה!"


פאריגע מאל ביסטו דאך מיטגעקומען מיט מיר, האסטו געזען דער חילוק פון די ארץ ישראל'דיגע מקורבים; זיי זענען אזוי פארקאכט פאר אנדערע, זיי טראכטן נישט פון זיך טאג און נאכט, פון זייער באקוועמע לעבן, זיי טראכטן 'ווי קען מען נאך א איד געבן פונעם יין המשומר'.


אברהם הנ"ל האט צוגעשטעלט א קאר מיט א גוטע דרייווער, עס איז געווען זייער א געשמאקע וועג, א גאנצע וועג האב איך געשעפשעט צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף אונז אנקומען אין מירון בשלום". די יאר איז געווען א בהלה, מען האט דערשראקן פון פאראויס אז מען גייט פארשפארן מירון, מען קען נאר אריינקומען אין מירון מיט באשטעלטע טיקעטס פון פאראויס. ווען מיר זענען געקומען נענטער האבן מיר געזען פאליציי שטייען ביי די וועגן, מיר האבן געבעטן און געבעטן, תפילה עפנט דאך אלע טויערן.


מיר זענען שוין אין מירון, מען האט אונז אבער נישט אריינגעלאזט, מיר האבן זיך געדריידט אהין און צוריק, צוריק און אהין. אברהם האט אונז דארט אפגעווארט, אין געז סטעישן, אונטן פונעם בארג, ביים אריינגאנג. אין געז סטעישן זאגט מיר דער דרייווער שטרענג: "פארמאך דיין פענסטער!" איך פרעג אים: "וואס גייט פאר?" זאגט ער נאכאמאל: "פארמאך!" און ער הויבט אן פארן שנעל. איך בין געווארן אביסל דערשראקן, איך זע דער דרייווער איז אנגעצויגן, איך כאפ נישט וואס גייט פאר, ער געבט א שטעל אפ די קאר און שפרינגט ארויס, ער לויפט אריבער די גאס צו א קאר רעדן אפאר מינוט. איך האב נישט פארשטאנען וואס גייט פאר, ער קומט צוריק, און אברהם זאגט אים מען קען נאכאמאל פרובירן אריינצופארן אין מירון. מיר קומען אן דארט, אברהם שטייט דארט מיט איינעם, יענער ווייזט מען זאל אריינלאזן. הודו לה' כי טוב, מיר זענען אנגעקומען צו א שיינע דירה, אהערגעשטעלט מיט אלע באקוועמליכקייטן. קענסט דאך אברהם, ווען ער מאכט עפעס – איז דאס מיט די גאנצע הארץ. מיר האבן זיך אויסגעפאקט, דערנאך בין איך אריבערגעגאנגען צו מיינע עלטערן געבן שלום.


נאכדעם דערציילט מיר אברהם וואס האט פאסירט. דער דרייווער האט באמערקט אין געז סטעישן ... דעריבער האט ער מיר געבעטן צו פארמאכן די פענסטער כדי ער זאל נישט זען אז איך בין אין קאר. למעשה האט ער מיך יא געזען, און ווי נאר דער דרייווער פארט אוועק זעט ער ווי ... פארט אים נאך, ער דריידט זיך אהער – פארט ער אהער, ער דריידט זיך אהין – פארט ער אהין, ער פארט שנעל – פארט ער שנעל, איז ער געגאנגען רעדן מיט אים, זאגט ער: "איך וויל יעצט ערלעדיגן דעם ראש ישיבה, איך וויל אים יעצט שלאגן צום טויט" ה' ישמרינו, האט אים דער דרייווער געזאגט: "טראג זיך אפ פון דא, איך ווארן דיך!" ער האט זיך דערשראקן און אוועקגעפארן, שפעטער איז ער צוריק געקומען און מיך שיעור דער'הרג'עט; איך וועל דאס שרייבן שפעטער אינעם בריוו, איך וויל זיך האלטן אין א סדר.


איך האב געדאווענט מעריב ביי מיין טאטע אין בית המדרש קארלסבורג. שלאפן האב איך נישט געקענט דארט, אין מירון איז אזוי פרייליך - מען קען נישט שלאפן, איך בין אויפגעבליבן ביינאכט אין די דירה, איך האב געלערנט מיינע שיעורים.


מיטוואך אינדערפרי פיר אזייגער פארטאגס בין איך זיך געגאנגען טובל'ן ביי מיין טאטע'ס מקוה. איך האב געדאווענט שחרית מיט מיין טאטע שליט"א ותיקין. מיין זיידע זכרונו לברכה פלעגט אין מירון דאווענען ותיקין; אזוי פירט זיך מיין טאטע שליט"א, ער דאווענט ותיקין. געווענליך דאווענט ער אין די מערה, אבער ערב ל"ג בעומר, ל"ג בעומר און א טאג נאך ל"ג בעומר – דאווענט ער אין זיין בית המדרש מראה יחזקאל, אונטן פונעם בארג. בפרט היי יאר, נאכדעם וואס די מדינה של גיהנום האבן געווארנט און געמאכט אזעלכע פחדים – האבן מיר געדאווענט אונטן.


איך בין ארויף צום מערה מיט מיינע זין שמעון און הרב אלחנן חיים, ער איז אויך געקומען קיין מירון מיט זיין ווייב, ער איז געפארן א טאג פריער. די גאנצע וועג ארויף צום מערה איז געווען רואיג.


אריינקומענדיג אין די מערה איז מיר גוט געווארן, די גאנצע מערה איז אנגעפילט מיט פאליציי, עס איז ליידיג, מען לאזט נישט קיינעם בלייבן שטיין, מען קען נאר גיין. בלית ברירה בין איך אריבער די מערה. פון איין זייט האט עס מיר געגעבן א קליינע ציפ אין הארץ: 'היתכן, וואס איז די חוצפה וכו''; איך האב אבער שנעל געדריידט די מחשבות אויף פארקערט, איך האב זיך געפריידט, געלויבט דעם באשעפער איך בין ביי רבי שמעון בר יוחאי.


ארויסקומענדיג פון אונטער די מערה, דארט זענען געווען הונדערטער אידן און געזאגט תהלים, א טייל האבן זיך געקריגט מיט די פאליציי, איך האב גענומען א תהלים און אנגעהויבן זאגן תהלים. עס איז געווען א ברענעדיגע זון, איך האב געזוכט א שאטן, אונטערן שאטן איז געווען פיין. איך האב געטראכט צו זיך: 'וואס האב איך מיט די סדרנים? וואס גייט מיך אן וואס זיי טוען?' אין אנדערע זמנים ווען מען האט יא געקענט זיין אין די מערה – וואלט איך זיך אויך געזוכט א רואיגע ווינקעלע וואו צו זאגן תהלים.


איך האב אנגעהויבן תהלים מיט א שמחה, פלוצלונג האט זיך מיר געעפנט די הארץ, איך האב זיך געקענט גוט מתבודד זיין. מען קען זיך נישט פארשטעלן די הרהורי תשובה וואס מען שפירט אין מירון, בפרט ל"ג בעומר און ערב ל"ג בעומר. בשעת'ן זיך מתבודד זיין האב איך פארגעסן אז עס איז הייס, אז איך שוויץ, אז איך בין נישט געשלאפן און נישט געגעסן; אזוי איז עס, ווען מען פאלגט דעם רבי'ן, מען רעדט צום אייבערשטן – פארגעסט מען פון אלעס, מען וויל גארנישט, נאר אביסל דביקות בה', נאר אביסל קרבת אלקים.


איך האב מסיים געווען ספר תהלים און מזכיר געווען אלע קוויטלעך, בקשות פון אנשי שלומינו. אויפ'ן וועג אראפ און א גאנצע צייט זייענדיג אין מירון, זענען צוגעקומען מענטשן, זקנים ונערים, חסידי'שע, אשכנזי'שע און ספרדי'שע, פון אלע סארט, פון אלע קרייזן – זיך באדאנקען פאר די שיעורים און בריוו.


א בחור ברענגט מיר א מתנה, א פארמאכטע דיקע ענוועלאפ; איך בין שוין צוגעוואוינט צו די סארט מתנות, איך ווייס וואס ליגט אינעווייניג נאך פאר'ן עפענען – א צעבראכענע סמארטפאון, מיט א בריוול וואס שטייט: "בזכות די שיעורים פון קו ברסלב, בזכות די גליונות און בריוו – האב איך מחליט געווען אוועק צו ווארפן די טעלעפאן".


הונדערטער האבן שוין אוועק געווארפן זייערע מאוויס וכדומה פון הערן חיזוק און יראת שמים פון רבי'ן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלב): "אֲנִי נָהָר הַמְטַהֵר מִכָּל הַכְּתָמִים", איך בין א טייך וואס רייניגט פון אלע שמוציגע פלעקן, אזוי אויך (שם, סימן רצד): "אֲנִי אוֹצָר שֶׁל יִרְאַת שָׁמַיִם", איך בין אן אוצר פון יראת שמים; די וועג פון רבי'ן איז א זיסע וועג, די מוסר פון רבי'ן איז א זיסע מוסר.


די אלע וואס שרייען אויף בחורים און מיידלעך וואס האבן נישט א גוטע טעלעפאן: "שגץ!" "שיקסע!" "גיהנום!" "רשעים!" - דאס מאכט גארנישט אויס, עס טוט גארנישט אויף, עס מאכט נאר ערגער, עס איז מבאיש ריח, אויף דעם זאגט אונז דער הייליגער תנא רבי עקיבא (ערכין טז:): "תָּמֵהַּ אֲנִי, אִם יֵשׁ בַּדּוֹר הַזֶּה מִי שֶׁיָּכוֹל לְהוֹכִיחַ", איך וואונדער זיך אויב איז דא אין אונזער דור איינער וואס קען זאגן מוסר, ווייל אז מען ווייסט נישט ווי אזוי צו זאגן מוסר (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ח): "לֹא דַּי שֶׁאֵינוֹ מוֹעִיל בְּתוֹכַחְתּוֹ", נישט נאר ער טוט נישט אויף מיט די מוסר, "אַף גַּם הוּא מַבְאִישׁ רֵיחַ שֶׁל הַנְּשָׁמוֹת הַשּׁוֹמְעִים תּוֹכַחְתּוֹ", ער מאכט נאך א שלעכטע גערוך אויף די מענטשן; עס האט נאך קיינער נישט אוועקגעווארפן א טעלעפאן וואס מען קען קוקן עבירות – דורכדעם וואס מען האט אים געזאגט מוסר אויף די וועג: "שגץ!" "שיקסע!" "גיהנום!" "רשעים!" אבער די תוכחה פון רבי'ן, פון משה רבינו – געבט א גוטע גערוך, נִרְדִּי נָתַן רֵיחוֹ.


דער אייבערשטער האט געהאלפן, זייט די ישיבה שטייט האבן שוין טויזנטער און צענדליגער טויזנטער אידן תשובה געטון דורך די מוסר פון רבי'ן, וואס ער געבט אריין אין אידישע קינדער א ריח טוב, ווען מען הערט: "דער אייבערשטער האט דיך ליב", "דער אייבערשטער ווארט אויף דיר", "דער אייבערשטער איז מיט דיר" - די ווערטער זענען שטערקער פון די שטערקסטע זאך, דאס פועל'ט אז דער מענטש זאל צוריק קומען.


א פרוי דערציילט פאר מיין ווייב, זי איז א באהאלטענע מקורב, זי מיט איר מאן לעבן שטילערהייט אויפ'ן רבינ'ס וועג, זי פרעגט אלע אירע פראגעס, זי הערט די שיעורים. זי געבט שיעורים פאר עלטערע מיידלעך, אסאך סקולס רופן איר רעדן; זי רעדט פון רבי'ן, פארשטייט זיך אן דעם רבינ'ס נאמען.


דערציילט זי אז א מיידל רופט איר אן פאריגע וואך און זאגט איר: "איך וויל דיר זאגן א גרויסן יישר כח, האסט געראטעוועט מיין לעבן!" זי דערציילט פאר די פרוי: "געדענקסט פאריאר ביסטו געקומען געבן א שיעור אין מיין סקול, ביסט צוגעקומען צו מיר, האסט מיך געפרעגט ווי אזוי איך הייס, האסט מיר געזאגט די פאר ווערטער 'איך זע אין דיר א שיינע עתיד', האסט געשמייכלט צו מיר אזוי זיס, דו האסט מיר דעמאלט געראטעוועט; איך בין שוין געווען אפגעמאכט ביי מיר שטילערהייט אז איך לאז אלעס אפ, און ווען דו האסט מיר געזאגט 'איך זע אין דיר א שיינע עתיד' – האט דאס מיר צוריקגעהאלטן פון טון שלעכטס, די ווערטער שרייט אין מיר, 'איינער זעט אין מיר אן עתיד'".


מיין ווייב פרעגט די פרוי: "וואס עפעס ביסטו צוגעגאנגען צו די מיידל, און וואס עפעס האסטו איר דאס געזאגט?" זאגט די פרוי: "ווען איך בין אריינגעקומען אין סקול געבן די שיעור פאר די עלסטע כתה, רופט מיר די מנהלת צו און זאגט מיר 'איך וויל דיר ווייזן די ערגסטע מיידל פון סקול, זי ווייזט מיר אויף די מיידל', מער האב איך נישט געדארפט, זאגט די פרוי, די שיעורים פון ישיבה האבן אנגעהויבן שפילן אין מיין קאפ, איך האב זיכער געמאכט אריבער צו גיין צו די מיידל און איר געבן א גוט ווארט, און יעצט א יאר שפעטער איז פון די ערגסטע מיידל געווארן די בעסטע מיידל"; קומט אויס אז די מנהלת דארף זיך זוכן אן ארבעט ביי די מיסט, קומט אויס אז אידישע קינדער, בחורים און מיידלעך – ווילן יא זיין גוט, נאר די בעלי מוסר זענען מבאיש ריח.


איך האב מיטגעהאלטן ביי די נסיעה צענדליגער פעלער ווי עס האט אויסגעבראכן א געשלעג ביי די הדלקות וכדומה, ווען א בחור, א אינגערמאן נעמט ארויס זיין סמארטפאון כאפן בילדער אדער ווידיאו, מען הויבט אן שרייען: "שגץ!" "גיהנום!" "רשעים!" – דאס העלפט נישט, דאס מאכט נאר ערגער; וואלט יענער געגעבן א גוט ווארט פאר א בחור, א שמייכל – וואלט די שמייכל און גוט ווארט מער אויפגעטון.


לכתחלה האט געהייסן עס וועט זיין אן הדלקה ביי מיין טאטע שליט"א ליל ל"ג בעומר, למעשה האט מען אביסל מורא געהאט, די מדינה של גיהנום האט נישט געלאזט מאכן הדלקות, האט מען דאס אפגעשטופט אויף די צווייטע נאכט, דאס הייסט ל"ג בעומר נאכמיטאג, פון זעקס אזייגער ביז אין די נאכט אריין; אפילו די פאליציי וועלן קומען וועט מען העכסטנס דעמאלט ענדיגן. אזוי האט מען טאקע געטון, מען האט געדאווענט מעריב און געציילט ספירה. נאכן דאווענען האט מען געצינדן לעכט לכבוד התנא האלוקי און געטאנצן "בר יוחאי", עס איז געווען א סעודה ביי מיין טאטע שליט"א. מיין טאטע שליט"א האט גערעדט; איך בין אביסל אויסגעמאטערט יעצט פון די נסיעה, געדענק איך נישט פינקטליך.


מיר האט זייער געברענט ארויפצוגיין צום מערה טאנצן לכבוד די הילולא פון רבי שמעון בר יוחאי. איך האב נישט געהאט קיין טיקעט, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן מען זאל מיך אריבערלאזן אן קיין טיקעט, אויך האב איך נישט געוויסט צי מען קען בכלל גיין, יעדע מינוט איז געווען אנדערע נייעס, מען לאזט יא, מען לאזט נישט; מיר האט זייער געברענט ארויפצוגיין.


איך בין ארויף מיט מיין זון שמעון; אזוי ווי איך הויב אן גיין זע איך שוין אנשי שלומינו, בחורים און אינגעלייט – גייען מיר נאך, מען האט נישט געבעטן קיין טיקעט, די גאנצע וועג איז געווען מיט פאליציי, יעדע פאר טריט האט מען אפגעשטעלט, איך האב מיטגענומען דעם ספר תקוני זוהר, איך האב געלערנט אויפ'ן וועג און אין די מערה האב איך מסיים געווען תקוני זוהר. מען האט זיך נישט געקענט אפשטעלן, מען האט געטריבן.


אינדרויסן, אונטערן בנין, האב איך געזוכט וואו צו טאנצן, מיר האבן אנגעהויבן טאנצן ביז עס איז געווארן פרייליכע טענץ, מיר האבן געטאנצן פאר צוויי שעה.


וואס זאל איך דיר זאגן, אזעלכע טענץ, אזא שמחה, אזא קדושה – האב איך שוין לאנג נישט געשפירט. די אחדות; אלע אידן טאנצן לכבוד רבי שמעון בר יוחאי, אלע אידן פרייען זיך אינאיינעם, מען איז פול מיט הרהורי תשובה. איך קען נישט שרייבן וואס איך שפיר נאכאלץ אין מיין הארץ, איך וועל סיי ווי נישט קענען ארויסברענגען וואס איך שפיר, וועל איך זיך אפשטעלן פון שרייבן.


א גאנצן טאנצן האב איך געדאנקט דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים און פאר'ן מיך מקרב זיין צום נ'חל נ'ובע מ'קור ח'כמה, אויך האב איך אסאך געבעטן פאר דיר און פאר אלע אידן.


אויפ'ן וועג אראפ איז שוין געווען א גרויסער עולם אנשי שלומינו וואס זענען מיט געקומען, מען האט זיך מחזק געווען מיט די מתנה וואס מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון רבי'ן.


פלוצלונג אינמיטן וועג ווארט מיך אפ דער ... וואס איז מיר א טאג צוריק נאכגעפארן, איך האב שוין געשריבן אנהויב בריוו, און הויבט אן שרייען אויף מיר: "שגץ!" "רשע!" "מנוול!" ער האט מיך געוואלט שלאגן, ער איז געשפרינגען אין די לופט מיט א רציחה, בחסדי ה' האט מען אים צוריקגעהאלטן, עס איז געווארן א געשלעג, אבער מיר האט דער אייבערשטער געהיטן. אנהויב, אויפ'ן וועג ארויף צום מערה, האב איך געזאגט פאר די בחורים וואס זענען מיך נאכגעלאפן: "לאזט מיר אפ, לאזט מיר גיין אליין, וואס ווילט איר פון מיר?" איך האב ליב צו גיין צו רבי שמעון בר יוחאי אן קיינעם, ווי א פשוט'ער מענטש גייט, אן קיין באגלייטער, למעשה זע איך, א נס אז עס זענען יא מיט געקומען מיט מיר בחורים און אינגעלייט, אזוי בין איך געראטעוועט געווארן.


האברך ... איז געווען מיט מיר, איך האב אים געבעטן: "טו מיר א טובה, ראטעווע מיר, דו ביסט דאך א בעל כח, האלט אים אפ", איז ער צוגעלאפן צו אים און אים אנגעכאפט מיט כח ביז איך בין אראפ צו מיין דירה. שפעטער זאגט ער מיר אז זיין טאטע ר' ..., א תלמיד פון מוהרא"ש - האט אים געגעבן א פסק פארוואס ער האט דאס געטון, זיין טאטע געדענקט וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, ער האט אים געזאגט: "היתכן דו האסט אים נאר אפגעהאלטן, וואלסט אים געדארפט שפאלטן זיין קאפ, אזא מענטש וואס איז א רוצח – דארף מען אים צעברעכן זיינע ביינער".


ל"ג בעומר ביינאכט האב איך נישט געקענט שלאפן פון גרויס שמחה, איך האב געלערנט זוהר. איך האב געדאווענט ותיקין ביי מיין טאטע שליט"א. נאכן דאווענען האב איך זיך געזעצט לערנען זוהר מיט האברך ישראל יוסף שניצלער, איך האב א שיעור מיט אים יעדן שבת אינדערפרי אין ספר הזוהר, מיר האבן זוכה געווען צו ענדיגן דעם גאנצן זוהר, אויסער איין פרשה, פרשת פנחס, עס איז א לאנגע פרשה. מיר האבן געלערנט זוהר פאר לאנגע שעות, בערך זעקס שעה, נאך עטליכע אינגעלייט האבן זיך צוגעזעצט לערנען די הייליגע זוהר.


האברך בערל לעווי איז אנגעקומען אין מירון, ער האט נישט געהאט וואו איינצושטיין, ער איז געקומען על דעת צו שלאפן אויף א בענקל אין בית המדרש. איך האב זייער הנאה געהאט, געווענליך אמעריקאנער מענטשן זארגן קודם פאר די בעט וכו', דא זע איך א אינגערמאן קומט פון אמעריקע צו רבי שמעון בר יוחאי אן גארנישט, נאר צו זיין ביי רבי שמעון בר יוחאי. איך האב אים אריינגענומען אין מיין דירה, זיי האבן זיך איינגעטיילט, ער מיט יוסי האבן געהאט איין בעט; ווען ער איז געשלאפן איז ער געווען אין די מערה, און אזוי פארקערט.


עס זענען געקומען משפחות מאכן חאלאקע; האברך ברוך נוסבוים, אויך אן אייניקל פון הרב אברהם שושן פון בני ברק.


נאכמיטאג איז געווען די הדלקה ביי מיין טאטע שליט"א אין חצר מיט פייערדיגע טענץ, מען האט געטאנצן לכבוד רבי שמעון בר יוחאי מיט א העכערע שמחה.


פאר'ן אנצינדן די הדלקה איז דער מנהג אז אלע גיסן אויל לכבוד רבי שמעון בר יוחאי, מען לייגט וואטע מיט אויל, מען זינגט נגוני דביקות. איך האב זיך גוט מתבודד געווען.


עס איז גאר אנדערש ווען מען קען מאכן א כלי פון די דערהויבענע צייטן, מען קען זיך מתבודד זיין. קענסט זען יעדע מאל ביי א חופה ווען מען זינגט נגוני התעוררות, אויב איז דער חתן מקורב צום רבי'ן, וועסטו קוקן אויף זיינע ליפן ווי ער נוצט אויס די מינוטן פאר תפלה והתבודדות, און אז נישט, שטייט מען מיט א פארמאכטע מויל, און עס בלייבט גארנישט פון די דערהויבנקייט.


קענסט פרעגן די אינגעלייט ישראל יוסף שניצלער און בערל לעווי, זיי וועלן דיר דערציילן אביסל וואס דארט האט זיך געטון.


פרייטאג אינדערפרי האב איך געדאווענט ותיקין, איך האב געטראפן ר' יונה אונזער דיין, נאכן דאווענען איז ער געקומען צו אונז אין די דירה, מיר האבן געענדיגט אינאיינעם זוהר. איך האב זייער שטארק געוואלט מאכן די סיום ל"ג בעומר, אבער נאכן לערנען אזויפיל שעה האט מיר די קאפ אנגעהויבן שווינדלען, איך האב זיך געדארפט אפשטעלן; מיר האבן געלערנט אינאיינעם אפאר בלאט זוהר און געמאכט א סיום, מיין ווייב האט אנגעגרייט אביסל ירקות מיט ברויט, עס איז געווען א שיינע סיום.


שפעטער בין איך ארויף צו מיין זיידע און באבע זכרונם לברכה, זיי ליגן העכער די ציון פון רבי יוחנן הסנדלר. איך האב דארט געזאגט דעם יום תהלים, נאכדעם בין איך געגאנגען צו די מערה.


איך האב אויסגעלאזט א פרט וואס האט פאסירט ל"ג בעומר נאכמיטאג אין די מערה, דער עולם האט זיך געשטארקט קעגן די פאליציי, מען האט זיי מנצח געווען און זיי זענען אנטלאפן. מען האט ארויסגעווארפן אלע אייזענעס וואס זיי האבן געמאכט אין די מערה נישט צו לאזן מענטשן קומען, פון נאכמיטאג איז אלעס צוריק געווארן אזוי ווי אלע יארן. איך האב זיך צוריקגעהאלטן פון ארויפגיין ל"ג בעומר נאכמיטאג צו די מערה, ווייל א גאנצע צייט איז געווען שמועות אז עס איז דא מהומות וכו'. פרייטאג בין איך געווען אין די מערה, איך האב געזאגט תיקון הכללי מיט די תפילה פון רבי נתן צו רבי שמעון בר יוחאי (לקוטי תפילות חלק ב', סימן מז).


שבת בין איך געווען אין מירון, איך האב אלעס מיט געהאלטן מיט מיין טאטע שליט"א; די תפילות און די סעודות. מנחה ערב שבת האבן מיר געדאווענט אונטן אין קארלסבורג, קבלת שבת זענען מיר ארויף דאווענען אין די מערה, מען האט געטאנצן "לא תבושי", אויך "בר יוחאי"; א גאנץ יאר איז דער מנהג אין מירון צו טאנצן "בר יוחאי" נאך קדיש יתום, פאר כגוונא. (אגב, מוהרא"ש פלעגט זינגען יעדע שבת ביי די באטע "בר יוחאי").


שבת אין מירון זענען געווען טויזנטער משפחות, עס האט זיך געשפירט ווי א יום טוב'דיגער שבת. ליל שבת האב איך געגעסן ביי מיין טאטע שליט"א, אויך דער דיין ר' יונה און ישראל יוסף שניצלער נרו יאיר מיט נאך אנשי שלומינו. מיין טאטע האט מכבד געווען ר' יונה מיט'ן זינגען "אשת חיל"; ער האט אויסגערופן: "ברסלב'ער דיין אשת חיל", ער האט אים געזאגט ער זאל זינגען דעם ברסלב'ער "אשת חיל".


ביי די סעודה האט מיין טאטע שליט"א גערעדט פון די מעשה (פסחים קיב.) רבי שמעון בר יוחאי האט געבעטן רבי עקיבא זאל אים לערנען תורה, רבי עקיבא האט נישט געוואלט, האט רבי שמעון בר יוחאי געזאגט: "רַבִּי, לַמְּדֵנִי תּוֹרָה, וְאִם לָאו, אֲנִי אוֹמֵר לְיוֹחַאי אַבָּא וּמוֹסֶרְךָ לַמַּלְכוּת", איך וועל זאגן פאר מיין טאטע יוחאי און מען וועט דיר איינשפארן אין תפיסה; מיין טאטע שליט"א האט נאכגעזאגט די ווערטער פון רבי'ן (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ס) וואס איז פשט, אזוי רעדט מען צו א רבי? מען סטראשעט אים אז מען גייט אים איבערגעבן פאר די רעגירונג?! נאך איז שווער, רבי עקיבא איז דאך שוין געווען אין תפיסה, וואס זאגט ער אים "איך וועל דיך פאר'מסר'ן און לייגן אין תפיסה?" זאגט דער רבי, מען דארף אכטונג געבן נישט צו לערנען מיט תלמידים שאינם מהוגנים וכו', עיין שם.


עס זענען געווען אסאך אנשי שלומינו, זיי האבן געוואלט מאכן א באטע, עס איז געווען זייער שפעט, מען האט געענדיגט די סעודה צוויי אזייגער, עס איז נישט געווען שייך. אברהם איז אריבערגעקומען נאך די סעודה צו מיר מיט זיין משפחה פאר אפאר מינוט, עס איז געווען זייער שיין.


 שבת אינדערפרי האב איך געהאט א מעשה מיט א שיכור ואכמ"ל.


איך האב געלערנט מיט ישראל יוסף נרו יאיר זוהר חדש אויף רות, אלס הכנה פאר די הייליגע יום טוב שבועות.


דער דיין ר' יונה האט געדאווענט פסוקי דזמרה, איך האב געדאווענט שחרית און מיין טאטע שליט"א האט געליינט קריאת התורה פרשת בהר מיט בחוקותי, עס איז געווען א חוץ לארץ'דיגער עולם וואס האבן נאכנישט געהערט ליינען פרשת בהר, האט ער אנגעהויבן בהר ביז בחוקותי שני.


מיין טאטע שליט"א האט מיר געבעטן צו זאגן דברי תורה ביי די סעודה פון צופרי, איך האב גערעדט פון דאס גרויסקייט פון אידישע קינדער.


מיר געפונען אין זוהר הקדוש, רבי שמעון בר יוחאי לויבט אויס דאס טייערקייט פון אידישע קינדער, דאס גרויסקייט פון מצוות ומעשים טובים וואס מיר טוען. מיר געפונען (שבת לג:), ווען רבי שמעון בר יוחאי איז ארויס פון די מערה און געזען א איד גייט מיט הדסים לכבוד שבת, איינס פאר זכור און נאך איינס פאר שמור – האט רבי שמעון בר יוחאי געמאכט א גרויסע עסק פון דעם, אונז צו ווייזן דאס גרויסקייט פון יעדע גוטע זאך, אדער גוטע מנהג וואס א איד טוט פאר'ן אייבערשטן, אז דאס איז זייער חשוב אין הימל. היינט צו טאגס ווייסן מיר דאס חשיבות פון די זאך, איידער רבי שמעון בר יוחאי האט דאס מגלה געווען וואלט מען געלאכט פון אזא מענטש, מען וואלט אים געזאגט: "היינט איז נישט יום טוב סוכות, מאך זיך נישט נאריש, וואס איז דאס שבת מיט הדסים?!" רבי שמעון בר יוחאי האט אבער אנדערש געקוקט, ער זעט א איד טוט א שיינע זאך פאר שבת, זאגט ער: "חזי כמה חביבין מצות על ישראל", קוק ווי אידישע קינדער ליבן די מצוות.


אינטערעסאנט, דער מהרש"א זאגט (שם חדושי אגדות, דיבור המתחיל חד כנגד זכור): "וכמו שבנרות זוכין לבנים חכמים", אזוי ווי שבת ליכט איז מסוגל פאר קינדער תלמידי חכמים, "הכי נמי הדסים", אזוי אויך, ווער עס שמעקט הדסים שבת וועט האבן "בנים צדיקים, שנקראו הדסים", עיין שם; די זעלבע ווערטער זאגט דער רבי (ספר המדות אות בנים, סימן נט): "עַל יְדֵי הֲדַסִּים בְּשַׁבָּת זוֹכֶה לְבָנִים תַּלְמִידֵי חֲכָמִים".


אויך האב איך געזאגט וואס איך האב געהערט פון מוהרא"ש, אויף דעם מאמר חז"ל (ברכות לה.): "הַרְבֵּה עָשׂוּ כְּרַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאי וְלֹא עָלְתָה בְּיָדָן", אסאך האבן פרובירט נאכצומאכן רבי שמעון און זיי האבן נישט מצליח געווען, פארוואס טאקע נישט? ווייל "'הַרְבֵּה' עָשׂוּ כְּרַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאי", אסאך טון, אסאך נאכמאכן איז שווער, אבער אז מען פרובירט צו טון קלייניקייטן, זאכן וואס מען קען - דעמאלט איז מען יא מצליח.


די ווערטער איז א מצוה צו רעדן מיט מענטשן, מען זאל וויסן אז דער אייבערשטער האט ליב אידישע קינדער, דאס איז דער גאנצער זוהר; יעדע בלאט, און פאר יעדע שטיקל - זאגט ער נאכאמאל און נאכאמאל: "וואויל איז פאר אונז אידישע קינדער וואס דער אייבערשטער האט אונז אויסדערוועלט פון אלע פעלקער, ער האט אונז ליב", דאס איז סודות התורה, עס איז באהאלטן פון אונז; מען דריידט זיך ארום צעקלאפט און דערשלאגן, מען חזר'ט זיך ליגנט, מען קלאפט זיך; ווער רעדט נאך אז מען הערט תורות פון שֵׁדִין יְהוּדָאִין (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כח) וואס קלאפן דעם מענטש מיט ליגנט, אז 'דער אייבערשטער איז ברוגז אויף מיר', 'ער דארף נישט מיינע מצוות', 'ער דארף נישט מיין דאווענען' וכו' וכו'; דאס דארף מען זאגן פאר אנדערע, די ווערטער פון זוהר: "דער אייבערשטער האט ליב אידישע קינדער".


מוצאי שבת קודש בין איך געפארן קיין יבנאל צו די שבע ברכות פון ר' עזרא בוים מיט הרב אליעזר איידלשטיין. לכתחלה האב איך געוואלט גיין צו די חתונה, אבער עס איז געווען אזוי פארהאקט אין מירון, מען האט נישט געקענט ארויספארן און אריינפארן פון מירון נאר מיט א באס. איך האב זייער שטארק געוואלט זיין ביי די שמחה. יעצט מוצאי שבת קודש בין איך געפארן, עס איז געווען זייער געפיליש צו זיצן מיט אזעלכע גרויסע צדיקים, הרב רבי יצחק שליט"א, הרב רבי דניאל שליט"א, אויך דער מחותן הרב ר' אליעזר שליט"א, מיט ר' עזרא נרו יאיר.


הרב רבי יצחק שליט"א האט דערציילט זייער אינטערעסאנטע זאכן פון די השתלשלות פון יבנאל. מוהרא"ש האט געהאט פלענער צו קויפן אין מאנסי, אויך האט מוהרא"ש שוין כמעט געקויפט א חלקה אין ניו דזשערסי. איך האב זיך זייער מחי' געווען מיט די שיינע דיבורים.


אויך האט ער דערציילט שיינע אינטערעסאנטע זאכן פונעם גר צדק אברהם זכרונו לברכה, דער זון פונעם גראף פאטאצקי. מען האט באהאלטן פון אים ספר ויקרא, ווייל דאס איז דער יסוד פון א איד, ביז ער איז דערגאנגען אז חומש איז פינף, עס פעלט איין באנד. אויך די סיפור פון די שריפה, אז דער בעל יסוד ושורש העבודה האט זיך באהאלטן נאנט צום פייער צו קענען זאגן "אמן" אויף די ברכה וואס ער האט געמאכט ביים ווערן פארברענט, און נאך אסאך שיינע זאכן.


נאכדעם האט מען מיר געבעטן רעדן. איך האב גערעדט קורץ און שארף, איך האב גערעדט צום חתן, אז ער קומט יעצט קיין יבנאל דארף ער וויסן מען מוז האבן שייכות מיט ערליכע אידן, "וֶהֱוֵי מִתְאַבֵּק בַּעֲפַר רַגְלֵיהֶם" (אבות א, ד), מען מוז ליב האבן ערליכע אידן. נאר די וואס זענען צוגעקלעבט צו ערליכע אידן, צדיקים – די האבן ערליכע דורות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): "דְּרָחִים רַבָּנָן", דער וואס האט ליב ערליכע אידן, "הֲוֵי לֵהּ בְּנִין רַבָּנָן", דער וועט האבן קינדער ערליכע אידן, "דְּמוֹקִיר רַבָּנָן", דער וואס איז מכבד ערליכע אידן, "הֲוֵי לֵהּ חַתְנוּתָא רַבָּנָן", וועט אויך האבן איידעמער ערליכע אידן, "דְּדָחִיל מֵרַבָּנָן", דער וואס האט הכנעה פאר ערליכע אידן, "הוּא גּוּפֵיהּ הֲוֵי צוּרְבָּא מֵרַבָּנָן", וועט ער אליינס ווערן א גרויסער צדיק. איך האב זיך געבעטן צום חתן, זיי נישט ווי די נארישע מענטשן וואס זאגן "אמאל זענען געווען צדיקים, היינט איז נישטא", דער הייליגער רבי נתן האט אמאל געזאגן פאר'ן רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן קצב): "שֶׁאֵין הָעוֹלָם רוֹצִים לְהַאֲמִין שֶׁיִּהְיוּ נִמְצָאִים עַכְשָׁו צַדִּיקִים גְּדוֹלִים בְּמַעֲלָה מְאֹד כְּמוֹ בַּדּוֹרוֹת הָרִאשׁוֹנִים", מענטשן זאגן אז היינט איז נישטא קיין גרויסע צדיקים אזוי ווי אמאליגע טעג, האט דער הייליגער רבי געזאגט: "בְּוַדַּאי נִמְצָאִים צַדִּיקִים בְּכָל דּוֹר וָדוֹר", און די אלע וואס זאגן אז היינט זענען נישטא קיין צדיקים זענען כופרים.


מוהרא"ש דערציילט, עס איז געווען א טיפש אין ברסלב, ער האט נישט געשיקט זיינע קינדער אין חדר ווייל עס איז נישט געווען קיין ברסלב'ער חדר, ביים סוף זענען אלע ארויס לתרבות רעה. און אזוי וועט זיין מיט די אלע וואס שפעטן פון ערליכע אידן, די קינדער גייען אלע ארויסגיין לתרבות רעה; וואויל איז דער וואס האט ליב ערליכע אידן און איז זיי מכבד.


איך האב געבענטשט און געזאגט די שבע ברכות, מען האט געטאנצן. איך בין געווען זייער פרייליך זיך צו טרעפן מיט תלמידי היכל הקודש, צדיקים אמיתיים שבדורינו.


פון דארט בין איך ארויף צום ציון פון מוהרא"ש. עס איז געווען די יום הולדת פון מוהרא"ש, כ"א אייר – חסד שביסוד. איך האב געזאגט תיקון חצות, תיקון רחל זיצנדיג און תיקון לאה שטייענדיג, אויך תיקון הכללי, און זיך מתבודד געווען.


איך האב געבעטן פאר יעדן איינעם בפרטיות, אויך פאר דיר אהרן בן פיגא און פאר דיין שותף אהרן ישראל בן רות נעמי, איר זאלט מצליח זיין העלפן די מוסד זיך פארברייטערן אין אלע זייטן.


דער זון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, הרב נחמן שליט"א - איז געווען דארט ביים ציון, ער האט זיך מתבודד געווען, איך האב אים נישט געוואלט שטערן. מוהרא"ש האט מיר אמאל געזאגט: "מיין זון איז אן אמת'ער לב נשבר". ער איז געזעצן ביים ציון און געוויינט אויפ'ן קול מיט א צעבראכנקייט.


מיר זענען צוריק געקומען קיין מירון פארטאגס, איך האב באגעגנט מיין טאטע ארויפגיין מיט טלית ותפילין צו די מערה, איך האב זיך שנעל איבערגעטון די בגדי שבת לבגדי חול, און ארויף דאווענען שחרית כוותיקין.


נאך שחרית האב איך געזאגט די תיקון הכללי ביי רבי שמעון בר יוחאי און די תפילה פון רבי נתן (לקוטי תפילות חלק ב', סימן מז), א הארצרייסנדע תפילה, ווי מען בעט רבי שמעון בר יוחאי ער זאל העלפן עס זאל נישט זיין קיין שכחת התורה.


עס איז נישט שייך איבערצושרייבן די זעלבע זאך יעדע פאר מינוט, וואס האט זיך אפגעטון ביי יעדע פלאץ וואו מיר זענען געווען, איבעראל קומען זיך מענטשן באדאנקען פאר זייער לעבן, זייט זיי האבן אנגעהויבן הערן די דרשות און ליינען די בריוון האט זיך אלעס ביי זיי געטוישט.


מיר זענען געפארן קיין טברי', האברך חיים מאיר ערפס נרו יאיר האט מיך ארום געטראגן. קודם זענען מיר געפארן צום הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס, איך האב זיך דארט מתבודד געווען, אויך געצינדן א ליכט מיט שמן לעילוי נשמת רבי מאיר בעל הנס. אויך געדאווענט מנחה.


פון דארט זענען מיר געפארן צום ציון הרמב"ם, און צום ציון השל"ה און נאך צדיקים. ביים ציון השל"ה האבן מיר געזאגט די תפילת השל"ה, פון דארט זענען מיר געפארן צום קבר רבי עקיבא, נאכדעם צו קבר רבי חייא ובניו. פון דארט זענען מיר געפארן קיין ירושלים.


איך בין אנגעקומען אין אונזער בית המדרש היכל הקודש אויף רחוב רבי נחמן מברסלב 15, די שול איז געווען איבערגעפולט קעפ אויף קעפ. די גבאים האבן מיך געפרעגט וואו צו מאכן די שיעור, זיי האבן געוואלט ארויסדינגען א זאל, איך האב נישט געוואלט, איך האב ענדערש געוואלט ביי אונז אין בית המדרש, איך געפון זיך זייער גוט דארט, די לופט דארט איז זייער געשמאק און איינגענעם.


ביים סוף שיעור זענען ארויפגעקומען אויפ'ן בימה א בחור דוד שמעון לעווינסאן, און הילד יהודה בן ר' מרדכי ברילל, ביידע האבן געמאכט א סיום הש"ס, דער טאטע פונעם קינד האט געזאגט אפאר ווערטער. עס איז גאר אנדערש צו זען מיט די אויגן ווי יונגע קינדער און בחורים לערנען און ענדיגן גאנץ ש"ס אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן וואס האט אונז געלערנט א וועג ווי אזוי מיר זאלן אויסנוצן די טעג מיט לערנען כסדרן דיקא, אפילו אן פארשטיין, בגירסא בעלמא (שיחות הר"ן, סימן עו).


מעריב און ספירת העומר האב איך געדאווענט אין שול, האברך משה ראזענבערג נרו יאיר האט געדאווענט פאר'ן עמוד, ער איז אין יאר נאך זיין טאטע ר' יצחק עליו השלום.


נאך מעריב האט גענומען צייט ביז איך בין ארויס, דער עולם האט געגעבן שלום.


פון דארט בין איך געגאנגען צום אכסני', אברהם הנ"ל האט צוגעשטעלט א באקוועמע דירה מכל טוב וטוב.


בשעת די שיעור האבן זיך די ווייבער פון אנשי שלומינו צאמגענומען ביי משפחת פערל אין שטוב זיך צו באקענען מיט מיין ווייב תחי', זיי האבן איר שיין אויפגענומען. זי האט מיר דערציילט אז זי איז זייער איבערגענומען פון די פרויען, זיי זענען זייער איידל און פריינטליך, זייער צום זאך, זי איז אהיימגעקומען פון דארט זייער פרייליך.


אברהם האט צוגעשטעלט א געשמאקע מאלצייט, איך האב גערופן חיים מאיר מיט שמעון פיש נרו יאיר זאלן קומען מיט עסן, זיי האבן נאך גארנישט געגעסן פון אינדערפרי.


שפעטער ביינאכט זענען אריבערגעקומען די גבאים פון ירושלים, מיר האבן גערעדט ביז שפעט ביינאכט ווי אזוי מיר זאלן פארברייטערן די חדר, מיר גייען זוכן א גרעסערע פלאץ, מיר דארפן שוין נאך א מלמד.


איך האב געבעטן דעם גבאי יצחק נרו יאיר ער זאל ווערן מנהל רוחני פונעם חדר, איך האף ער וועט עס אננעמען. איך האב נישט צו שטארק געבעטן, כדרכנו, מיר זאגן נישט יענעם וואס צו טון, מען העלפט נאר יענעם טראכטן גוטע מחשבות און אז יענער וויל אזוי טון – טוט ער, און אז נישט – נישט, אויך האבן מיר גערעדט וועגן עפענען א ישיבה אין ארץ ישראל; דאס איך נאך א פראגע, עס איז נישט קיין גרינגע זאך.


איך בין געבליבן אויף ביז פיר אזייגער פארטאגס, מיין זון הרב אלחנן האט געדארפט אהיים פארן, איך האב נישט געוואלט ער זאל פארפאסן די פליגער.


מאנטאג אינדערפרי בין איך געגאנגען דאווענען אין אונזער בית המדרש, נאכן דאווענען איז געווען א סיום, הבחור שמעון פאללאק האט מסיים געווען ש"ס. עס איז געווען אזוי שיין, אזוי איינגענעם צו זיין צווישן אנשי שלומינו, וואו יעדער איינער לערנט אזוי פלייסיג. ביים סיום האב איך גערעדט אביסל חיזוק פון דאס גרויסקייט פון לערנען תורה.


נאכדעם איז געווען קבלת קהל, איך בין געזיצן אין שול און אויפגענומען. מענטשן זענען אריבער איינער נאכן צווייטן, יעדער מיט זיינע בקשות, מיט זיינע זאכן. בערך צוועלף אזייגער האב איך געמאכט אן הפסקה, איך בין אריבער צום תלמוד תורה מיט יצחק.


דארט אין חדר ביי משפחת פערל אין שטוב; ווען איך קום אהין כאפט מיר אן אזעלכע געפילן וואס איז שווער ארויס צו שרייבן אויפ'ן פאפיר. עס טראגט מיר צוריק ווען מיר האבן געעפנט די ערשטע תלמוד תורה חסידי ברסלב אין אמעריקע, אסרו חג פסח שנת תש"ע האבן מיר געעפנט די חדר אין א דירה אין וויליאמסבורג, דו געדענקסט זיכער אלעס וואס איך געדענק, דו ביסט דאך פון די ערשטע פינף משפחות וואס האבן אנגעהויבן די חדר, עס איז געווען קליין און בא'טעמ'ט.


דער מלמד יושע ראבינאוויטש איז א גאר פיינער מלמד, ער לייגט אריין אין די קינדער אמונה און יראת שמים, עס זענען צוגעקומען נאך צוויי משפחות אין חדר, משפחת לעווינסאן און משפחת גאטליב.


איך בין אריין צו משפחת פערל רעדן מיט זיי בענין עצתו אמונה און איש אמונות, זיי ארבעטן יומם ולילה לא ישבותו ארויסצוגעבן וועכנטליך די קונטרסים איש אמונות און עצתו אמונה, איך ווייס נישט ווי זיי נעמען די כוחות און די צייט, עס איז ביי מיר א גרויסע וואונדער, איין משפחה זאל אריינלייגן אזויפיל שעות א וואך פאר הפצה... אשרי להם, וואויל איז זיי! עס איז די גאנצע שטוב זייערע; אלעס איז דארט, די חדר, די הדפסה, דער בית המדרש האט זיך דארט אנגעהויבן.


פון דארט בין איך צוריק אין שול ווייטער אויפנעמען מענטשן, מחזק זיין אידישע קינדער, אויסהערן אידישע הערצער – ביז שפעט נאכמיטאג. עס איז געווען אינטערעסאנט צו זען ווי אלע שטייען אין די שורה מיט א ספר אין די האנט און לערנען זייערע שיעורים כסדרן, קיינער האט נישט מבטל געווען קיין צייט, דאס איז דאך איינע פון די מעלות פונעם סדר דרך הלימוד, מען קען אלץ לערנען, מען דארף נישט אנברענגען קיין צייט.


נאכדעם איז געווען נאך א סיום הש"ס, הבחור שמואל אייזיק בן ר' שמעון עוזר פערל האט מסיים געווען ש"ס, או איז דאס געווען שיין, וואס איז דא שענער ווי א סיום הש"ס פון א יונגער בחור... איך בין ממש געפאלן פון מיינע כוחות פון ארבעטן ארום די זייגער, טאג און נאכט, אן עסן, אן שלאפן. מענטשן האבן מיר געפרעגט ווי נעמט מען די כוחות? דער ענטפער איז, ווען מען זעט בחורים, אינגעלייט און קינדער לערנען די הייליגע תורה – דאס געבט כח, זיצן ביי א סיום הש"ס – דאס איז פאר מיר עסן און שלאפן.


מיר האבן געדאווענט מנחה מעריב, ספירת העומר. נאך מעריב האט מען אנגעהויבן שרייבן א ספר תורה פאר "בית המדרש היכל הקודש סטעטן איילענד", ר' יעקב היילפרין האט אנגעהויבן שרייבן א ספר תורה ביים סופר ר' נחמן יאקאבאוויטש, מאנשי שלומינו; איך האב געשריבן דעם גאנצן ווארט "בראשית".


נאכדעם בין איך אהיים זיך צאמפאקן די פעקלעך, מיר זענען געפארן צום הר המנוחות. מיין ווייב האט דארט א זיידע און באבע, זיי ליגן די ערשטע רייע ביי די בעלזא נייע חלקה, פינקט אנטקעגן די ציון פון הייליגן חיד"א זכותו יגן עלינו.


מיין זיידע, הרב החסיד רבי יצחק דוד הכהן פריעדמאן זכרונו לברכה איז געווען א גרויסער ערליכער איד, א תלמיד פון פאפא רב זכרונו לברכה, א בעלזער חסיד, אויך א מוקיר רבנן. איך האב געהאט די זכי' צו לערנען נאך מיין חתונה בחברותא מיט אים יעדע נאכט אין פאפא שול אין וויליאמסבורג מסכת שבת, איך האב אסאך קונה געווען פון אים.


יעדע יאר פאר ראש השנה, ווען איך האב זיך געזעגנט פון אים - האט ער מיט טרערן אין די אויגן מיר געבעטן איך זאל מתפלל זיין פאר אים וכו' וכו', אויך די באבע, רחל בת הרב החסיד ר' שלמה גפן ליגט דארט, זי איז געווען א גרויסע צדקת.


איך בין אריין ביים אוהל פונעם חיד"א, איך האב מתפלל געווען און זיך מתבודד געווען. אויך דארט האבן מיר ספרדי'שע אידן באפאלן מיט שכוח'ס פאר די שיינע חיזוקים וואס זיי זענען מקבל.


אין עירפארט האב איך גערעדט מיט די גבאים פון ירושלים וויכטיגע זאכן, עניני קהילה, זאכן וואס מען קען נאך מער טון; דאס וועל איך נישט שרייבן, איך וועל דאס רעדן מיט דיר פריוואט.


די וועג איז געווען גאר גוט ברוך ה', איך בין געשלאפן רוב וועג, פארטאגס האב איך געוואשן נעגל וואסער, געזאגט ברכת התורה און זיך מתבודד געווען.


האברך שמואליק בלעדי האט מיך אפגעווארט, איך בין אהיים געגאנגען העלפן ארויפטראגן די פעקלעך, העלפן מיין ווייב, גלייך געגאנגען אין מקוה און געלאפן אין ישיבה. אנקומענדיג אין ישיבה איז נאך דער בית המדרש געווען ליידיג, איין קינד איז דארט געזעצן און געלערנט, הילד שמעון פארקאש א זון פון ר' מאיר דוד נרו יאיר; ער איז א פלייסיג קינד, ער לערנט יעדן אינדערפרי שעות אין בית המדרש.


גלייך נאכדעם זענען די בחורים געקומען, איך האב פארגעלענט א שיעור גמרא, די היינטיגע בלאט. אויך האב איך אנגעגרייט א שיעור פאר די פרויען, איך געב נישט שיעורים פאר פרויען דירעקט, איך זאג אריין א שיעור אין א מאשין און דאס שפילט מען נאכדעם אויף פאר אנשי שלומינו, יעדן דינסטאג איז דא א פרויען צאמקום אין שטעטל, די פרויען קומען זיך צאם, מען הערט א שיעור; דארף איך יעדע וואך אנגרייטן א שיעור פאר זיי.


נאך שחרית בין איך ארויסגעפארן אין שטעטל, צום ערשט בין איך געגאנגען קוקן דעם נייעם בנין קרן הדפסה, איך זע ווי מוהרא"ש שמייכלט אויבן אין "גן עדן" ווען ער קוקט אראפ און זעט דעם בנין הדפסה, וואו מען דרוקט טויזנטער ספרים טעגליך.


איך האף בקרוב וועט זיין דער חנוכת הבית. איך וויל ווייזן פאר אנשי שלומינו די גרויסע אפעראציע וואס טוט זיך דארט אפ, איך וויל אז יעדער איינער זאל האבן א חלק אין הדפסה און א חלק אין הפצה, מען קען נישט זיצן ווי א מחותן מיט פארמאכטע הענט, נאר יעדער איינער זאל האבן א חלק אין ברענגען משיח.


פון דארט בין איך געגאנגען צו די קינדערלעך; דאס איז דאך מיין זאך, חינוך הבנים והבנות. איך האב געגעבן דריי שיעורים, איינס פאר די מיידלעך, צוויי פאר די סטעף – מלמדים און טישטערס וכו', און פאר די אינגלעך. אויך בין איך געגאנגען מיט די אינגלעך א שפאציר, זיי ווייזן די נייע בנין התלמוד תורה וואס מען בויט יעצט.


איך בעט דיר זייער טייערער אהרן בן פיגא, העלף מיר רעדן מיט אנשי שלומינו, אלע זאלן נעמען א טייל אינעם קאמפיין וואס מיר מאכן נאך שבועות. איך דארף רחמי שמים נישט אריינזינקען אין א טיפע לאך פון חובות, די מוסד האט שרעקליכע חובות. די יאר האבן מיר געבויט שולן און מקוואות, מצה בעקעריי, יעצט האט מען געקויפט א פלאץ פאר די קינדער פאר זומער, פון אלע זייטן האב איך חובות, איך בעט דיר זייער זאלסט אנווארעמען אנשי שלומינו.


אפשר יעצט וועט מקוים ווערן דאס וואס מוהרא"ש האט דיר געבעטן זאלסט זיין פאנדרעיזער פאר זיינע מוסדות; אזוי ביסטו דאך מקורב געווארן, מען האט דיך געברענגט פאר א פאנדרעיזער פאר די מוסדות אין יבנאל, יעצט וועט דאס מקוים ווערן.


פון חדר בין איך געפארן צום שטוב פון ישראל חיים נרו יאיר, ער האט מיך איינגעליידנט צו א שבע ברכות פאר זיין טאכטער מיט החתן אלי' בן ישראל שלום נרו יאיר. איך זאג דיר דעם אמת, מיין קאפ האט שוין געשווינדלט פון זיין אויף אזוי לאנג, אבער איך האב זייער שטארק געוואלט זיין ביי זייער שמחה. ערשטנס, די מחותנים זענען ביי מיר זייער טייער, דער אבי הכלה איז אן איידעלער מענטש, ער פירט אן איידעלע ריינע שטוב, און אזוי אויך דער אבי החתן פירט א שיינע ערליכע אידישע שטוב; איך שטאלציר מיט אזעלכע טייערע משפחות.


צווייטנס, דער חתן נרו יאיר איז געווען אלע יארן אין ישיבה, ער האט אלץ געהאלפן די ישיבה, ער האט אלץ צוגעלייגט א האנט, אויך די כלה איז פון די חשוב'ע תלמידות.


איך האב גערעדט אפאר ווערטער, איך האב געזאגט וואס מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן ביי שבע ברכות. מען זאגט אין די ברכות: "שַׂמֵּחַ תְּשַׂמַּח רֵעִים הָאֲהוּבִים, כְּשַׂמֵּחֲךָ יְצִירְךָ בְּגַן עֵדֶן מִקֶּדֶם"; דאס איז די נשמה פון חתן כלה וואס אין הימל זענען זיי געווען איינס, יעצט ווען זיי טרעפן זיך איינער דעם צווייטן וואונטשט מען זיי: "שַׂמֵּחַ תְּשַׂמַּח וְגוֹ', כְּשַׂמֵּחֲךָ יְצִירְךָ בְּגַן עֵדֶן", זיי זאלן לעבן מיט ליבשאפט, מיט פרייד אזוי ווי זיי האבן געלעבט אויבן אין גן עדן, זיך נישט קריגן, זיך נישט באשולדיגן, און אז דער חתן וויל אז זיין ווייב זאל אנערקענען אין חתן דומה למלך, דארף ער רעדן צו איר ווי מען רעדט צו א מלכה, וועט זי רעדן צו אים ווי מען רעדט צו א מלך.


איך האב געזאגט הויך אויפ'ן קול וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש. מוהרא"ש האט מיר געגעבן די זאך אז ווען מיין ווייב רופט מיר אויפ'ן טעלעפאן הייב איך אויף אן ווערן נערוועז, זאל זי רופן הונדערט מאל א טאג, איך הייב אויף, איך הער איר אויס; דאס איז איינע פון די מיליאנען פינטלעך וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש.


פון דארט בין איך געגאנגען נעמען מיינע קינדער, איך האב צעטיילט מיינע קינדער פאר די נסיעה, א טייל ביי מיין זון הרב שלמה, א טייל ביי משפחות אין וויליאמסבורג, ביי ר' מרדכי אינדיג, און ביי שבתי מזרחי.


איך בין געגאנגען קלאפן א מזוזה ביי די נייע פארפאלק.


איך בין יעצט צוריקגעקומען פון די נסיעה, איך האב גערופן א מנין בחורים צו מיר אין שטוב פאר א מנין מעריב, יעצט איז שוין שפעט ביינאכט, איך גיי זיך צולייגן, מען דארף אביסל שלאפן צו קענען ווייטער אנגיין מיט עבודת השם.


איך בין מתפלל פאר דיר און פאר דיינע קינדער, איך האב געטראפן דיינע קינדער היינט אין שטעטל. דיין זון פנחס דוד נרו יאיר קאכט אין בית המקדש פאר די צאן קדשים, דיין איידעם אברמי האבן איך געטראפן אין בנין קרן הדפסה, ער ארבעט אויפ'ן אלבוים "טאנץ מיט אמונה #4", דיין איידעם הערשל נרו יאיר איז דאך א מלאך המושיע פאר אונזערע קינדער, ער זיצט מיט א כתה קינדער, לעבעדיגע קינדער וואס יעדע רגע ווילן זיי ארויסטאנצן פון די הויט, ער האלט זיי מיט אזא סבלנות. רפאל נרו יאיר, דער אדמיניסטראטאר זאגט מיר היינט, דיין איידעם הערשל נרו יאיר זאגט אים, ער האט א גוטע פראומאושן ווי אזוי צו איינקעסירן שכר לימוד, אזוי טוען דאך אלע מוסדות, מען רופט אויס ווער עס צאלט שכר לימוד גייט אריין אין א גורל וכו', זאגט ער, מען זאל אויסרופן, ווער עס קען אריינקומען אין זיין כתה האלטן די כתה פאר איין שעה און די קינדער וועלן אים נישט ארויסטראגן, דער דארף נישט צאלן שכר לימוד פאר א יאר; אזוי וועלן עלטערן האבן א געפיל און צאלן שכר לימוד, מען זאל קענען באצאלן פאר די מלמדים די מינימאלע געהאלט וואס עס קומט זיי.


ווען דו רעדסט מיט אנשי שלומינו זיי זאלן זיך אנשליסן אינעם קאמפיין, זאג זיי צוויי זאכן. איינס, זיי זאלן נישט געבן זייער געלט, זיי זאלן ברענגען געלט פון חברים, משפחה, באקאנטע וכדומה, צווייטנס, וואס רבי נתן האט געזאגט פאר'ן רבינ'ס אייניקל ווען ער האט אים געבעטן געלט פאר'ן קלויז אין אומאן און ער האט געקווענקלט, האט ער אים געזאגט די ווערטער: "דעם רבינ'ס זאך וועט זיך אויספירן אן דיר אויך, נאר שענער און בעסער וועט זיין אז דו וועסט העלפן"; נאך די ווערטער האט ער געגעבן צדקה, אזוי זאלסטו זאגן פאר אנשי שלומינו: "דעם רבינ'ס זאך וועט זיך אויספירן אן דיר, נאר שענער און בעסער וועט זיין אויב דו וועסט צולייגן א האנט, העלפן די הייליגע מוסד, די הייליגע קהילה".


איך שלאף שוין איין, זיי מיר געזונט.

#9 - א קאפל ברענגט יראת שמים
קינדער, חינוך הילדים, סיפורי צדיקים, רבינו ז"ל, קאפל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר א', פורים קטן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, טאהש


איך האב ערהאלטן דיין פראגע.


דאס וואס דער רבי זאגט (ספר המדות אות יראה, סימן יג): "הַכִּסּוּי שֶׁל הָראשׁ מֵבִיא לִידֵי יִרְאָה", א קאפל ברענגט יראת שמים; די מקור אויף דעם איז פון די מעשה וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (שבת קנו:) די מאמע פון רבי נחמן בר יצחק, ווען די שטערן זעער האבן איר געזאגט דיין זון גייט זיין א גנב: "לא שבקתיה גלויי רישיה", האט זי אים נישט געלאזט מיט אן אויפגעדעקטן קאפ, זי האט אים געזאגט: "כסי רישיך", דעק צו דיין קאפ, וועסטו האבן "אימתא דשמיא" – יראת שמים. נאך זאגט דער רבי (ספר המדות אות בנים, סימן ב): "צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַתִּינוֹק", מען דארף אפהיטן דעם קינד, "שֶׁלֹּא יֵלֵךְ בְּגִלּוּי הָרֹאשׁ", ער זאל נישט גיין מיט אן אויפגעדעקטן קאפ.


דערפאר זענען דא וואס זענען מקפיד אנצוטון א קאפל פאר'ן קינד פונעם געבורט, אבער רוב וועלט טוט אן ביי די דריי יאר, פון ווען מען שערט אפ דעם קינד און מען מאכט אים פיאות; דעמאלט, ווען מען נעמט אים אין חדר זאגן די א"ב טוט מען אים אן די קאפל מיט ציצית.


עס איז באוויסט אז דער הייליגער רבי ווען ער איז געבוירן האט אים זיין מאמע, די צדיקת פיגא – גלייך אנגעטון א קאפל.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף גוטע קינדער. גוטע קינדער איז נישט אזוי ווי עפעלעך וואס מען נעמט אראפ פון בוים, גוטע קינדער באקומט מען דורך אסאך תפילות.

#8 - אזוי שיין אהערגעשטעלט די סעודות אין אומאן
שטעטל, אומאן, משמש דעם רבי'ן, רבינו ז"ל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' האזינו, ח' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א גרויסן יישר כח פאר'ן אהערשטעלן די סעודות אין אומאן. איך שטיי און איך שטוין ווי דו ביסט געשטאנען אין קאך פיר און צוואנציג שעה, די גאנצע וואך, געקאכט און געקאכט און געמאכט די סעודות פאר וואכן, שבת און פאר ראש השנה פאר פיר הונדערט מענטשן; אשריך ואשרי חלקיך אז דו ביסט משמש דעם רבי'ן אזוי געטריי, אין דעם זכות זאלסטו האבן א זיס יאר און די זכותים זאלן דיר באגלייטן דיין גאנץ לעבן.


איך וויל מאכן דעם סעודת הילולא פון הייליגן רבי'ן אין שטעטל. איך וועל אם ירצה ה' קומען צו ענק דאנערשטאג און מאכן די סעודה; זע אנצוגרייטן א סעודה און פרעג ביי די פאליציי אויב מען קען מאכן מוזיק, אויב מען קען טאנצן אין די סוכה ביינאכט; אויב נישט וועלן מיר אריינגיין אין שול נאכן סעודה טאנצן.


יום הכיפורים, סוכות און שמחת תורה וועל איך זיין אין וויליאמסבורג. איך האף צו קומען במשך די יאר איינמאל אין פיר וואכן, איך וועל אם ירצה ה' מודיע זיין יעדעס מאל איך קום.


זיי ממשיך מיט דיין עבודת השם יתברך, שרייב מיר דיינע שיעורים כסדרן בכל התורה.


חתימה טובה.

#7 - בעט דעם אייבערשטן זאלסט זיך נישט אויפרעגן
תפילה והתבודדות, מדות טובות, כעס, רבינו ז"ל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, תלמיד מחנה היכל הקודש ברסלב


דו ביסט א טייערער גוטער בחור, בעט דעם אייבערשטן זאלסט זיך נישט אויפרעגן, בעט אים יעדע זאך וואס דו דארפסט.


דער הייליגער רבי האט אויך געהאט די מדה פון כעס, ער האט דאס אזוי שטארק אויסגעארבעט, ביז עס האט אים שוין גארנישט געארט. אזוי אויך ביי אנדערע צדיקים, קיינער איז נישט געבוירן געווארן א מלאך, אלע האבן זיך געמוטשעט.


איך בעט דיר זייער, געב אכטונג אויף אלע קינדער און בחורים, האב רחמנות אויף יעדן איינעם – וועט דער אייבערשטער רחמנות האבן אויף דיר.


פון דיין ראש ישיבה.

#6 - מען דארף אסאך בעטן מען זאל בלייבן צוגעבינדן צום רבי'ן בזה ובבא
תפילה והתבודדות, תיקוני זוהר, חסידות ברסלב, רבינו ז"ל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ח' סיון, אסרו חג שבועות, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך אז דו שרייבסט מיר דיינע סיומים, יעצט האסטו מסיים געווען ספר התקונים. ביי די וועלט פירט מען זיך צו עוסק זיין אין לערנען תקוני זוהר אום חודש אלול, אבער דער הייליגער רבי פלעגט האבן א שיעור אין תקוני זוהר א גאנץ יאר, נישט נאר אין די אלול טעג (שיחות הר"ן, סימן קכח). דער רבי האט געזאגט (שם): אלע חכמות פון די וועלט ליגט אין ספר תקוני זוהר; הייב אן נאכאמאל ספר תקוני זוהר, א גאנץ לעבן זאלסטו לערנען דעם הייליגן ספר.


דו בעטסט איך זאל דיר צובינדן אין מיין זאק; אויף דעם דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן, מען דארף יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן מען זאל בלייבן צוגעבינדן צום רבי'ן בזה ובבא, קיינער איז נישט פארזיכערט, דער סמ"ך מ"ם טוט אלע סארט זאכן אז מען זאל זיך אפקילן פון הייליגן רבי'ן.


מוהרא"ש דערציילט, דער רבי האט אמאל געזאגט פאר רבי נתן: "איך האב דיר שוין אריינגעכאפט אין מיין זאק", האט רבי נתן געזאגט: "רבי, בינד מיר צו אינעם זאק איך זאל נישט אוועק גיין"; דא זעט מען, אז אפילו רבי נתן וואס ער איז געווען אזוי נאנט צום רבי'ן און דער רבי זאגט אים אזעלכע ווערטער 'איך האב דיר שוין אריינגעכאפט אין זאק', דאך בעט ער דעם רבי'ן: "רבי בינד צו דער זאק איך זאל נישט אוועק לויפן".


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל בלייבן מקושר צום רבי'ן, מען זאל פאלגן דעם רבי'ן און מען זאל האבן א געפיל אין רבי'ן; דאס איז די איינציגסטע עצה ווי אזוי מען קען בלייבן ביים רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - פסוקי תהלים מיט א בענקשאפט צום אייבערשטן
תהלים, רבינו ז"ל, ארץ ישראל, השגחה פרטית

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ב אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נאכן זיך באקענען אביסל מיט דיר אין ארץ ישראל ליינט זיך גאר אנדערש דיינע בריוו.


איך האב זייער הנאה געהאט דיר צו טרעפן אין אתרא קדישא מירון און איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין אין די מערה ביי רבי שמעון בר יוחאי ל"ג בעומר צוזאמען מיט דיר; איך האב דארט אויסגעזאגט תהילים און מסיים געווען ספר תיקוני זוהר און אנגעהויבן נאכאמאל.


בשעת איך האב געזאגט תהילים ביסטו געשטאנען אונטער מיר, איך האב זייער הנאה געהאט צו הערן ווי דו זינגסט די פסוקי תהילים מיט אזא הארץ, ווען דו האסט זיך געטראפן מיט א פסוק וואס האט א ליד האסטו אנגעהויבן זינגען איינמאל און נאכאמאל; איך טו אויך אזוי, איך זוך נישט צו ענדיגן תהילים שנעל, איך זוך נישט צו ענדיגן שנעל דעם יום; ווען איך טרעף א פסוק און איך האב אן התעוררות ביי דעם פסוק - בלייב איך שטיין, איך זינג דאס איינמאל, צוויי מאל - ביז איך קען גיין ווייטער. איך האב געהערט ווי דו זינגסט אין קאפיטל נא דעם פסוק (יב): "לֵב טָהוֹר בְּרָא לִי אֱלֹקִים, וְרוּחַ נָכוֹן חַדֵּשׁ בְּקִרְבִּי", מיט אזא בענקשאפט צום אייבערשטן, איך האב זיך זייער מחי' געווען.


וואס זאל איך דיר זאגן, מיר זענען אזוי גליקליך אז מיר וויסן פון רבי'ן; דער רבי ברענגט אונז צו אזעלכע הויכע פלעצער, פלעצער וואו צדיקים קומען אן; דער רבי מאכט די זאך מיט אונז פשוט'ע אידן, אז מיר זאלן אויך האבן א בענקעניש צום אייבערשטן, מיר זאלן זיין באהאפטן צו אים דורך די עצה פון התבודדות, די עצה פון זינגען צום אייבערשטן.


זיי נישט בייז אויף מיר אז איך בין נישט אנגעקומען צו זיין אין ירושלים; איינער איז געקומען דארט, ער האט געוואלט מאכן אן איבערקערעניש. אלעס איז זיכער לטובה, וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס דער אייבערשטער טוט מיט אונז, אזעלכע חסדים; איך וועל קומען צו ענק בקרוב נאכאמאל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן זוכה זיין ארויס צו גיין פון מצרים
תפילה והתבודדות, חסידות ברסלב, התחדשות, רבינו ז"ל, פסח, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ו אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד תלמידי היכל הקודש, תושבי ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך בעט ענק טייערע חברים, מיר שטייען יעצט אין אזא הייליגע צייט, שבת החודש שבת מברכים ניסן, ערב דעם הייליגן רבינ'ס געבורטסטאג; דער רבי איז געבוירן געווארן ראש חודש ניסן, אינעם טאג וואס מען האט אויפגעשטעלט דעם משכן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש סדר עולם, פרק ז): "רֹאשׁ חוֹדֶשׁ נִיסָן נָטַל עֶשֶׂר עֲטָרוֹת"; דאס גייט ארויף אויף די מתנה פון די צען קאפיטלעך תהילים, וואס איז אראפגעקומען אויף די וועלט ראש חודש ניסן; איז יעצט א צייט וואס מען דארף זיך פון פריש באנייען, פון פריש זיך צוריקקערן צום אייבערשטן.


טייערע ברידער, טייערע חברים; לאמיר אנהייבן לעבן מיט די עצות פון רבי'ן. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, אבער ביי מיר איז שכחה א גרויסע מעלה; ווען עס וואלט נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, מען וואלט נישט פארגעסן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, דאס וואלט געמאכט אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהייבן פונדאסניי"; דאס איז געווען ביים רבי'ן א וויכטיגער יסוד, מען זאל אלץ אנהייבן פונדאסניי, נישט זיך קלאפן מיט'ן עבר נאר גיין ווייטער.


איך בעט אייך מיינע ברידער, מיינע טייערע חברים פון ארץ ישראל; אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן דארפן מיר פאלגן דעם רבי'ן. מיר דארפן זיך באנייען, מיר דארפן אנהייבן נוצן די עצות. די עצה פון התבודדות; גיין אין א ווינקל, א פלאץ וואו קיינער הערט נישט און זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן. איר וואוינט אין ארץ ישראל, איר זענט ארומגענומען מיט אזוינע הייליגע צדיקים, וואו מען גייט און וואו מען שטייט ליגן די הייליגע צדיקים וואס אויף זיי שטייט די וועלט; כאפט א שפאציר, גייט צו א ציון פון א צדיק אינמיטן טאג, ביינאכט אדער פארטאגס און זייט אייך מתבודד דארט.


מיר שטייען יעצט נאנט צום הייליגן יום טוב פסח, מיר דארפן שוין אנהייבן בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן זוכה זיין ארויס צו גיין פון מצרים, ארויסגיין פון אלע טמאות און אנקומען צו די קדושה פון יום טוב פסח. פסח איז די אותיות פֶּה סָח (פרי עץ חיים שער חג המצות, פרק ז; ועוד); מען הייבט אן רעדן צום אייבערשטן, מען הייבט אן זען און פארשטיין אז עס איז גארנישט דא אויף די וועלט נאר דער אייבערשטער. אזוי גייט מען ארויס פון פרעה; פרעה איז די אותיות פֶּה רַע (ספר הליקוטים פרשת שמות, דבור המתחיל "ויגדל הילד"), א שלעכט מויל, א מויל וואס שעלט, א מויל וואס טשעפעט, א מויל וואס רעדט זיך אפ, א מויל וואס בארעדט אנדערע און טוט וויי אנדערע; דורך פסח, פה סח - גייט מען ארויס פון די קליפות.


רעדט נאר פון רבי'ן און פון זיינע תלמידים. ווען איר קומט זיך צאם זאלן זיין די דיבורים נאר פון רבי'ן, זייט מקבל איינער פון צווייטן שיינע זאכן פון רבי'ן, שיינע שמועסן. דארט וואו מען רעדט פון רבי'ן - דארט איז דער רבי, דארט וואו מען רעדט נישט פון רבי'ן, מעג זיין א גרויסע טאוול "בית המדרש ברסלב", אבער אז מען רעדט נישט פון רבי'ן - איז דער רבי נישט דארט.


זאלט איר נאר רעדן פון רבי'ן; דערציילט מעשיות פון רבי'ן, מעשיות פון אנשי שלומינו ובעיקר מעשיות פון הפצה. ווער עס גייט הפצה איז מחויב צו דערציילן פאר אנשי שלומינו יעדע פרט פון הפצה, דאס געבט חשק פאר אנדערע זאלן אויך אנהייבן גיין הפצה. ווען מען הערט ווי מענטשן זענען זיך מחי', מענטשן דערציילן ווי זייער לעבן האט זיך איבערגעדריידט, עס איז זיי זיס געווארן - דאס מאכט מען זאל בלייבן פרישע מקורבים, נישט אלט געזעצן. קוקט גוט וועט איר זען אן אינטערעסאנטע זאך, די מפיצים זענען אלץ פריש, ווייל זיי זעען יעדע רגע ווי דער רבי איז מחי' מתים.


די וואך האב איך געהאט א געמישטע וואך, פון איין זייט בין איך א בעל שמחה, דער אייבערשטער האט מיר געגעבן א געזונטע אינגל למזל טוב; פון די אנדערע זייט האב איך פארלוירן מיין גרויסער זיידע זכותו יגן עלינו, דאס איז מיר זייער שווער.


איך האב געהאט די זכי' אים משמש זיין לאנגע יארן; מיין זיידע האט געהאט זייער א גרויסע הרגשה אין הייליגן רבי'ן, ער האט מיר גענומען אלס בחור מיט זיך קיין אומאן. מיר זענען געפארן אין גאנץ אוקריינע, ראמעניע, אונגארן און פולין - ביי זייער אסאך מקומות הקדושים, און ווען מיר זענען אנגעקומען אין אומאן האט מיין זיידע געמאכט דארט א סטאנציע, מען איז געגאנגען אין מקוה, געדאווענט שחרית און נאכדעם געזאגט אינאיינעם די צען קאפיטלעך תהילים. ער האט געהאלטן א פייערדיגע דרשה ביים ציון פון רבי'ן פון דאס גרויסקייט פון די צען קאפיטלעך, ער האט געוויינט ביים ציון און נאכגעזאגט וואס דער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמאר ברענגט אין הייליגן ספר ויואל משה (מאמר ישוב ארץ ישראל, סימן קנ) אז דער רבי האט געוויסט ברוח הקודש וואס וועט זיין ביז משיח וועט קומען, ער שרייבט בזה הלשון: "וזה ענין של רוח הקודש, שראה מה הגיע אלינו בעיקבא דמשיחא".


איך האב מיטגעהאלטן ווי ער פלעגט געבן געלט פאר ברסלב'ע חסידים זיי זאלן קענען פארן צום רבי'ן אויף ראש השנה און מיט געשיקט א קוויטל "יחזקאל בן יהודית"; ער האט זייער חשוב געהאלטן ברסלב'ער חסידים.


מיין זיידע פלעגט מיר זייער אסאך מחזק זיין אין מיינע יונגע יארן איך זאל זיך מאכן א שיעור גורס זיין משניות; ער האט מיר געבעטן אלס חתן נאכאמאל איך זאל יעדן טאג זאגן אכצן פרקים משניות. ער פלעגט זיין גאנץ לעבן זאגן משניות, זיין גאנץ לעבן איז געווען נאר דינען דעם אייבערשטן.


מן השמים איז געווען אז איך זאל מאכן די וואכטנאכט מאנטאג נאכט און דינסטאג דעם ברית אויף מיין זון יחזקאל נרו יאיר, דאס האט אפגעהאלטן איך זאל נישט מיטגיין קיין ארץ ישראל; איך האף און איך בעט צו קענען קומען קיין ארץ ישראל, זיין מיט ענק און זיך מחזק זיין אינאיינעם מיט די הייליגע עצות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - רעדן פון רבי'ן ברענגט גרויסע ישועות
תפילה והתבודדות, ישועות, סיפורי צדיקים, רבינו ז"ל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, כ"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


זע צו רעדן מיט יעדן איינעם פון רבי'ן; אלע דיינע דיבורים זאלן זיין פון רבי'ן. בפרט ווען דו רעדסט מיט אנשי שלומינו זאלסטו דערציילן וואס מען איז זוכה ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן, דאס וועט דיר ברענגען ישועות.


מוהרא"ש דערציילט, ער האט געהערט פון רבי לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה, די רוסן האבן אים איינגעשפארט אין תפיסה, ער איז געזעצן דארט פופצן וואכן, ער מיט נאך איינעם פון אנשי שלומינו, מען האט זיי ביידע דן געווען למיתה רחמנא לצלן. די לעצטע נאכט האט אים יענער געזאגט: "אזוי ווי היינט נאכט איז דער לעצטער נאכט דארפן מיר זאגן 'תיקון חצות'", האט אים רבי לוי יצחק געזאגט: "אויב איז היינט אונזער לעצטע נאכט בזה העולם, דארפן מיר רעדן פון רבי'ן".


זיי האבן גערעדט א גאנצע נאכט פון רבי'ן, צומארגנס האט מען זיי אוועקגעפירט קיין קיעוו, דארט זענען זיי געראטעוועט געווארן מיט גרויסע נסים. זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון רעדן פון הייליגן רבי'ן.


אויך זאלסטו גיין אביסל התבודדות יעדן טאג; פעלץ דיך גוט אן, טו אן ווארימע שטיוול, גיי אין פעלד און שריי זיך אויס דיין הארץ.

#2 - טו אלעס וואס דו קענסט עס זאל זיין שלום
הפצה, מחלוקת, שלום, היכל הקודש, משמש דעם רבי'ן, רבינו ז"ל

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך הער אלע טענות פון דיר אויף אים און פון אים אויף דיר; איך שטיי אין דער זייט, איך זאג גארנישט, איך וויל זען ווי אזוי דער רבי וועט אויספירן.


איך בין דאס אריבער נישט איין מאל, נישט צוויי מאל נאר צענדליגע מאל און איך גיי דאס נאכאלץ אריבער; איין זאך קען איך דיר זאגן, וואס מוהרא"ש זאגט. דעם רבינ'ס זאך איז אזוי ווי דער ארון, ביים ארון איז געווען א בחינה פון (סוטה לה.): "ארון נושא את נושאיו", עס זענען געווען גבאים געשטעלט פון משה רבינו וואס האבן געטראגן דעם ארון, אבער באמת האט דער ארון זיי געטראגן, עס האט נאר אויסגעזען לפנים ווי זיי טראגן דאס; דאס זעלבע איז ביים רבי'ן, דער רבי פארעט זיך מיט זיינע זאכן, עס זעט אויס ווי דער מאכט, דער טוט, דער איז א גוטע גבאי, דער שטערט, אבער למעשה פירט דער רבי אלעס, ביים סוף בלייבט דער רבי בעל הבית. עס איז כדאי דו זאלסט רעדן מיט האברך ... נרו יאיר, ער וועט דיר דערציילן וואס עס האט זיך געטון אין היכל הקודש אלע יארן, ער וועט דיר מחזק זיין.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס איך בין אריבער, וויפיל מחלוקות און יסורים איך האב געהאט פון ווען איך בין מקורב געווארן צום רבי'ן ביז'ן היינטיגן טאג. די שווערסטע זאך איז מיר געווען די מחלוקות אינעווייניג אין היכל הקודש פון נאנטע חברים, איך האב געוויסט אז דער סמ"ך מ"ם וויל מיר אוועק שלעפן פון דעם פלאץ דעריבער פרובירט ער אלע וועגן.


דו טו אלעס וואס דו קענסט עס זאל זיין שלום, דו זיי שטארק מיט הפצה; דו זעסט דאך מיט דיינע אויגן וואס הפצה טוט. דו שרייבסט מיר יעדן טאג פרישע מעשיות ווי מענטשן זענען זיך מחי' מיט די ספרים, מיט די שיעורים און מיט די ניגונים, און בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר דו זאלסט בלייבן צוגעקניפט צום רבי'ן בזה ובבא.


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן, אבער איך דארף אריינגיין צו די בחורים, איך דארף געבן א שיעור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט פארשטיין וואס דו לערנסט
לימוד התורה, עצתו אמונה, רבינו ז"ל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ה' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד הילד החשוב ... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה צו הערן אז דו ביסט זיך מחזק מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן; דו ליינסט און דו לערנסט די בריוו פון עצתו אמונה. דו האסט ארויסגענומען חיזוק אז דער רבי אלס קינד האט געלערנט משניות און ער האט נישט פארשטאנען די משניות, האט ער געבעטן דעם אייבערשטן און דער אייבערשטער האט אים געהאלפן (שבחי הר"ן, סימן ח; קונטרס עצתו אמונה פרשת ויחי, ה'תשפ"א).


מאך נאך דעם רבי'ן; בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן דו זאלסט פארשטיין וואס דו לערנסט.


פון דיין ראש ישיבה.